בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איר האט א גרויסע זכות מיט'ן מאכן די צאמקום פאר נשות אנשי שלומינו
חיזוק פאר פרויען, התחזקות, אחדות

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת מצורע, ו' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד משפחת ... שיחיו, ירושלים


א גרויסע זכות האט איר מיט'ן מאכן די צאמקום פאר נשות אנשי שלומינו, זיך מחזק זיין מיט די עצות און חיזוק פון רבי'ן.


אויב עס איז נישט שווער פאר אייך זאלט איר מיר שרייבן יעדעס מאל עס איז דא א צאמקום - א באריכט ווער עס איז געווען און וואס איז געווען ביי די צאמקום; א שיעור, א שפיל, טאנצן וכו'; איך וויל מיטהאלטן אלע פרטים.


יישר כח.