בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
חס וחלילה צו זאגן אזעלכע ווערטער אויפ'ן הייליגן צדיק דער קדושת לוי זכותו יגן עלינו.
ווי שעמט איר זיך נישט צו שרייבן אז דער הייליגער קדושת לוי האט פארברענגט די צייט, ווען מען רעדט פון דעם גרויסן צדיק דער הייליגער בארדיטשובער רב וואס דער הייליגער רבי האט מעיד געווען פאר רבי נתן זכותו יגן עלינו (חיי מוהר"ן, סימן תקצט) בזה הלשון: "דאס ווייסטו נישט אז דער בארדיטשובער רב זאגט 'דער בורא' שפריצט איהם פייער פון דיא אויגן".
אויך האט דער רבי געהייסן בודק זיין זיינע תפילין ווען דער הייליגער בארדיטשובער רב איז געווען אונטערוועגנס. דער רבי האט געזאגט (שם, סימן ער): "הרב מברדיטשוב הוא גדול בעיני מאד", איך האלט זייער פון הייליגן קדושת לוי, און אז אזא גדול איז אונטערוועגנס און מען איז אים נישט געהעריג מכבד - איז דאס א פגם אין די תפילין.
אויך האט דער הייליגער רבי נתן זוכה געווען צו זיין א שטיק צייט ביים הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו. עס איז באוויסט אז דער קדושת לוי האט אים זייער ליב געהאט, ער פלעגט אים רופן: "מיין נתן'לע".
ווער רעדט אויפ'ן הייליגן קדושת לוי? וואס שטייט דא?! מיר דערציילן בסך הכל ווי אזוי דער הייליגער רבי נתן האט געשפירט איידער ער איז אנגעקומען צום רבי'ן. ער האט געשפירט ביי זיך ווי עפעס פעלט אים, ער איז געווען ביי זיך זייער צעבראכן, ויהי היום, איין וואך מוצאי שבת קודש איז ער געשטעלט געווארן צו גיין קויפן בייגל פאר סעודת מלוה מלכה, דער סדר איז געווען אז מען האט געמאכט א גורל יעדע מוצאי שבת ווער עס זאל אנגרייטן די מלוה מלכה, און ווען רבי נתן האט זוכה געווען אינעם גורל, גייענדיג קויפן די בייגל - איז ער זייער צעבראכן געווארן, ער האט געטראכט: 'איך בין באשאפן געווארן צו קויפן בייגל?!'
ער איז אריין אין א שול אין עזרת נשים, ער האט גענומען א תהילים און אנגעהויבן זאגן תהילים מיט גרויס צעבראכנקייט, ביז ער האט איינגעדרימלט. ער חלומ'ט זיך ווי ער קריכט ארויף אויף א לייטער און ער האלט אין איין אראפפאלן, און איינער שרייט פון אויבן: "נתן, דראפע זיך און דערהאלט זיך". שפעטער ווען רבי נתן איז געקומען צום רבי'ן און געזען די צורה פון הייליגן רבי'ן, האט ער געזען אז דעם צורה האט ער געזען אין חלום.
ווער איז מבטל? ווער בויט זיך אויף אנדערע? ווער מאכט אוועק אנדערע?! חס ושלום מבטל זיין דעם הייליגן קדושת לוי זכותו יגן עלינו; ווער איז נאך געווען אזוי נאנט צום הייליגן רבי'ן ווי דער הייליגער קדושת לוי? דער הייליגער קדושת לוי האט געזאגט: "ווען איך וואלט ווען געוויסט אז איך וועל פועל'ן - וואלט איך געלאפן אין די גאסן שרייען 'ווער עס וויל זיין אן ערליכער איד זאל זיך מקרב זיין צו רבי נחמנ'ן'"; נאך האט ער געזאגט: "וואו איך זע עפעס גוטס - איז יענער מקורב צום הייליגן רבי נחמן".