בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - גרויסקייט פון מחנך זיין אידישע טעכטער ווי עס דארף צו זיין
חינוך הילדים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל פקודי, י"ט אדר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... תחי', מנהלת בית חינוך לבנות בית פיגא ברסלב


וויפיל איך זאל אייך נאר שרייבן וואסערע זכות איר האט מיט דעם וואס איר זענט מחנך אידישע קינדער, דארף איך אייך שרייבן נאך אסאך מער.


מוהרא"ש ברענגט א מאמר חז"ל (מדרש לקח טוב, פרשת נשא): "אֵין מְחַזְקִין אֶלָּא לִמְחוּזָקִין"; דער עיקר חיזוק דארף מען געבן פאר די וואס זענען מחזק אידישע קינדער, ווייל דער וואס טוט פאר אנדערע, דיקא אזא מענטש האט כסדר חלישות הדעת וכו', אויך באקומט מען קריטיק פון מענטשן וכו'. מוהרא"ש זאגט: "ווער עס וויל נישט באקומען קיין קריטיק - זאל גארנישט טון"; ווייל נאר ווען מען טוט איז דא קריטיק. אויף א טויטע פערד וועט קיינער נישט רעדן, נאר איינער וואס לעבט און טוט אויף וועט מען קריטיקירן. דערפאר וויל איך אייך מחזק זיין איר זאלט ווייטער אנגיין מיט אייער הייליגע ארבעט.


איך בין געווען ביי א חתונה אין די משפחה צו זאגן מזל טוב; זייענדיג ביי די שמחה האב איך מיר אזוי געטראכט: 'וואס פעלט מיר אויס די גאנצע עסק מיט די ישיבה, תלמוד תורה, מיידל סקול וכו' וכו'? איך האב נישט קיין כח צו געבן דרשות יעדן טאג, וואס טו איך דען אויף מיט דעם?' איך האב זיך צעוויינט צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז אפילו מען איז אויפן גאס אדער וואו אימער און עס כאפט אן דעם מענטש צו רעדן צום אייבערשטן זאל מען דאס נישט אוועק שטופן, נאר דארט וואו מען איז, דארט וואו מען שטייט, זאל מען עפענען דאס מויל און רעדן אפאר דיבורים. מען האט דארט געווארט אויף די חופה, בין איך געשטאנען אין די זייט אזוי פאר מיר; קומט צו מיר צו א איד מיט א ווייסע בארד און הייבט מיר אן מחזק זיין, עס האט אויסגעזען ווי איינער האט אים געזאגט וואס איך טראכט און אים געשיקט מיר צו מחזק זיין. דער איד זאגט מיר: "דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל אידישע קינדער האבן חיזוק פון דיינע דרשות; דו היילסט אויס צעבראכענע הערצער", און דער איד הייבט אן וויינען מיט טרערן אין די אויגן, ער זאגט מיר: "דו מיינסט דו ביסט נאר מחזק בחורים, איך בין א איד מיט א ווייסע בארד און איך בין זיך מחי'!" איך קען דיר פרעגן א קשיא? - פרעגט מיר דער איד – "ווען איינער געבט צו עסן פאר א צווייטן איז ער דאך יענעם מחי', אפילו ער ווייסט אז מארגן וועט דער איד נאכאמאל ווערן הונגעריג, דאך ווען א מענטש טרעפט א הונגעריגן וועט ער זיך פרייען אז ער קען יענעם געבן עפעס זיך צו דערקוויקן דאס הארץ, אזוי זאלסטו אויך טראכטן ווען דו געבסט חיזוק פאר א צווייטן. טראכט נישט וואס וועט זיין באלד מיט יענעם, וואס וועט זיין מארגן מיט יענעם, קוק אויף די יעצמיגע מינוט וואס דו קענסט יענעם מחי' זיין, אפילו מארגן וועט ער אראפפאלן"; דער איד האט מיר ממש מחי' געווען.


דאס זעלבע זאג איך אייך, איר קענט זיך נישט פארשטעלן וואס הייסט מחי' זיין אידישע קינדער; עס קומען מיידלעך אין סקול, זיי ווארטן אלע אויף א שמייכל פונעם טיטשער, זיי ווארטן אויף א גוט ווארט פונעם מנהלת. מיט איין שמייכל וואס א טיטשער געבט פאר א מיידל קען זי מיט דעם ראטעווען דאס לעבן פון נאך א איד, קיינער ווייסט נישט וואס יענער טראכט, קיינער ווייסט נישט וואס קאכט זיך ביי יענעם; אפשר גייט יענער אריבער זייער א שווערע צייט אין שטוב און מיט א גוט ווארט איז מען פשוט מחי' מתים א אידיש קינד.


איך וואלט אייך זייער שטארק געוואלט בעטן אויב די מיידלעך פון אייער קלאס קענען מאכן דאס יאר נאכאמאל א פארשטעלונג, ווי מען וועט אויפשפילן א מעשה פון סיפורי מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט; ווייל ווען די מיידלעך שטעלן פאר א מעשה פון סיפורי מעשיות ווערט דאס גוט איינגעקריצט אין זייער הארץ און עס ווערט א חלק פונעם לעבן, סיי ביי די מיידלעך און סיי ביי די מאמע'ס, און עס קומט ארויס דערפון זייער אסאך גוטס.


איך ווייס אז עס איז א שווערע ארבעט פאר אייך, אבער מאכט אייך א חשבון, אלע מענטשן אויף דער וועלט דארפן שווער ארבעטן אזוי ווי עס שטייט (איוב ה, ז): "אָדָם לְעָמָל יוּלָד" א מענטש איז באשאפן געווארן זיך צו מוטשען, קומט דער רבי און זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן קיט) אז מען קען נעמען דעם עמל און איינטוישן פאר גוטע פלאג, אזוי קען מען זאגן  'אַשְׁרֵי מִי שֶׁעֲמָלוֹ בַּתּוֹרָה'.


בנוגע קעמפ; מען דארף שוין מסדר זיין די קלאסן פאר קעמפ פון אלע יארגענג. איך וויל זייער שטארק אז די מיידלעך פון די עלטסטע קלאס זאלן זיין די לערערינס פאר אלע כיתות און זיי זאלן אנפירן די שפיל פראגראם פארן זומער פאר די יונגערע מיידלעך. מיר האבן גענוג גרויסע מיידלעך וואס זענען שוין גענוג ערוואקסן צו קענען אנפירן דעם זומער פראגראם, מען דארף דאס נאר אנגרייטן פון פריער.


דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט האבן נחת פון אייערע קינדער אין דעם זכות וואס איר טוט פאר אונזערע קינדער.