בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת תולדות, ג' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון די אידישע פרויען וואס לאזן דעם מאן לערנען די הייליגע תורה, און זיי זענען מוותר אויף אלעס אבי דער מאן זאל לערנען די הייליגע תורה. די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.) בזכות וואס א פרוי איז מוותר וכו' אז דער מאן זאל לערנען - וועט זי זוכה זיין צו שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.
איר ווייסט נישט ווי גליקליך איר זענט; איר ווייסט וויפיל פרויען וויינען צום אייבערשטן אז זייער מאן זאל האבן א שייכות מיט תורה? איר ווייסט וויפיל פרויען האבן נישט קיין רוה, זייער חלום איז געווען צו האבן א תורה שטוב, זיי ווארטן 'ווען וועט דער חלום מקוים ווערן...?' און אז איר האט זוכה געווען צו א מאן וואס לערנט מיט גרויס התמדה - זאלט איר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, און וואס מער מחזק זיין אייער מאן צו לערנען און דאווענען.
אין אנהויב איז שווער, מען פארברענגט ווייניג וכו', און מען האט נישט קיין געלט, מען קען נישט קויפן וכו' - אבער שפעטער איז זייער זיס.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.