בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת משפטים-שקלים, כ"ה שבט, מברכין אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מוהרא"ש האט אלע יארן גערעדט פון די מחצית השקל, אז א איד דארף וויסן און געדענקען איך בין נאר א האלבע, א מחצית השקל, איך דארף צוקומען צו שלימות נאר מיט נאך אידן, און אזוי אויך לעבן בשלום מיט די ווייב, העלפן אין שטוב, סיי העלפן מיט די קינדער, מיט די ריינקייט, מיט ערלעדיגן זאכן און בעיקר מיט אויסהערן, פארשטיין, מיט שפירן פרייד און פיין, און מיט געבן ליבשאפט און ווארעמקייט.
שבת זאלסטו זיין פרייליך, שבת זאלסטו זיין מיט דיין משפחה פריוואט, לויף נישט אוועק, פאר נישט זוכן גליקן, די גרעסטע גליק איז אין שטוב, די אוצר ליגט ביי די ווייב און קינדער, (נאר איין מאל פארן מיר אוועק פון שטוב, ראש השנה; דעמאלט האט דער הייליגער רבי געהייסן קומען קיין אומאן, דארט פארן מיר מיט מסירות נפש). בעט דעם אייבערשטן עס זאל דיר זיין געשמאק מיט דיין ווייב און קינדער, עס זאל דיר זיין גוט צו זיצן מיט זיי, רעדן מיט זיי פון שבת, פון אמונה, אפילו פון נייעס וואס טוט זיך ארום די וועלט און דאס מקשר זיין מיט אמונה.
אזוי אויך מוצאי שבת זאלסטו בלייבן אין שטוב, מאך מלוה מלכה פאר דיין משפחה, לויף נישט אוועק מיט כלומר'ישע חברים, די נייע אנשיקעניש פון גיין אין שוויץ זיך באדן מיט מענטשן וואס עס איז זיי אומעטיג אין שטוב, (רוב פון די וואס גייען איז נישט ווייל זיי דארפן די שוויץ, עס איז זיי נישט גוט אין שטוב זוכן זיי וואו צו אנטלויפן).
זאלסט האבן א פרייליכע שבת, זאלסט זוכה זיין צו שפירן די ליכטיגע לויטערע איינגענעמע געשמאק פונעם אייבערשטן.