בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די גרעסטע זאך איז צוריקצוברענגען אידן צום אייבערשטן
הפצה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויקרא, ז' אדר ב', שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהלאטן דיין בריוו מיט די בילד ווי דו דרוקסט די גליונות.


דאס בילד פון דיין פרינטער וואו דו דרוקסט די גליונות איז מער פון אלע קרעכצן און דאס וועט דיר צוריק קומען אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, ווייל ווען מען טוט א גוטע זאך איז עס מער פון אלעס. אזוי ווי דער פריערדיגער ליובאוויטשער רבי זכותו יגן עלינו - דער ריי"ץ - האט געזאגט: "טוֹבָה פְּעוּלָה אַחַת מֵאֶלֶף אֲנָחוֹת", עס איז מער איין גוטע זאך וואס מען טוט פון טויזנט קרעכצן; מיט דעם וואס דו דרוקסט דעם "גליון היכל הקודש" און דו און דיינע קינדער פארשפרייטן דאס אין אלע שולן אין לאנדאן טוסטו מער אויף פון אלע קרעכצן וכו'.


שטארק זיך ווייטער מיט דיינע גוטע מעשים; מיט'ן פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר די לאנדאנ'ע אידן מאכסטו א נחת רוח פארן אייבערשטן.


אויבן אין הימל איז א מפיץ זייער חשוב, אזוי ווי מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט, אז ווען דער הייליגער צדיק רבי יצחק מדראביטש זכותו יגן עלינו איז נפטר געווארן איז אים רש"י הקדוש אנקעגן געקומען אויבן אין הימל און אים געפרעגט: "וואס פאר א גוטע מעשים טוט אייער זון דער צדיק רבי מיכל'ע זלאטשובער אז דא אין הימל מאכט מען אזא רעש פון אים?" האט רבי יצחק מדראביטש געענפערט: "ער לייגט אריין שטארקע כוחות אינעם דאווענען וכו'", האט אים רש"י הקדוש געזאגט: "פאר דעם אליינס וואלט מען נישט געמאכט אזא רעש דא אין הימל פון אים; אסאך צדיקים לייגן אריין כוחות אינעם דאווענען און מען מאכט נישט אזא גרויסע עסק פון זיי", האט דער טאטע ווייטער געזאגט: "ער לערנט זייער פלייסיג", האט אים רש"י הקדוש געענפערט: "דאס קען אויך נישט זיין די סיבה, ווייל אסאך צדיקים לערנען פלייסיג די הייליגע תורה, און פאר דעם אליינס רעש'ט זיך נאך נישט", האט ער געזאגט: "צוליב זיין חסד און צדקה וכו'", האט רש"י הקדוש נאך אלץ נישט מסכים געווען, ביז רבי יצחק מדראביטש האט אים געזאגט: "אפשר ווייל ער ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן? ער איז עוסק אין דעם זייער שטארק", האט רש"י הקדוש געזאגט: "היינו דאהני ליה, יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס עס רעש'ט זיך פון אים"; ווייל ביים אייבערשטן איז זייער חשוב דער וואס ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים.


זאלסט האבן א פרייליכע שבת!