בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דאנקען דעם אייבערשטן אז אין די צרה איז דא הרחבה
צדיקים, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ט כסליו, ה' דחנוכה שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


עס שטייט אין פסוק (בראשית לז, כה): "וּגְמַלֵּיהֶם נֹשְׂאִים נְכֹאת וּצְרִי וָלֹט", די קעמלען פון די אראבער וואס האבן אויפגעקויפט יוסף, האבן געטראגן פעקלעך פון גוטע שמעקעדיגע בשמים. זאגט רש"י, וואס גייט מיך אן וואס די פעקלעך האבן געטראגן? "להודיע מתן שכרן של צדיקים", די פסוק לאזט אונז וויסן די באצאלונג פון צדיקים, ווייל געווענליך טראגן אראבער נאפט וואס האט א שלעכטע גערוך, און לכבוד יוסף הצדיק האבן זיי געטראגן גוטע בשמים.


אז מען טראכט אריין קען מען פרעגן, דאס איז 'מתן שכרן של צדיקים'? מען נעמט א בחור וואס טוט די מצוה פון כיבוד אב ואם און מען פייניגט אים, מען ווארפט אים אריין אין א גרוב פון שלענג און מען פארקויפט אים פאר אראבער, דאס איז 'מתן שכרן של צדיקים'? און אז עס שמעקט גוט אויפן וועג צו טויט – איז עס 'מתן שכרן של צדיקים'?!


נאר דא ליגט דער סוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז מגלה געווען, 'בצר הרחבת לי'. דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אויב מען קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט, "יִרְאֶה, שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אפילו ווען ער האט שווערע טעג, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", זאל ער גוט קוקן, וועט ער זען אז אין די צרה מאכט אים דער אייבערשטער גוט.


דאס זאגט רש"י: "להודיע מתן שכרן של צדיקים", דער פסוק לערנט אונז דאס גרויסקייט פון צדיקים, אז זיי זוכן דאס גוטס אין די צרה און זיי דאנקען דעם אייבערשטן אז אין די צרה איז דא הרחבה. יוסף הצדיק, מען טראגט אים צו די שמוציגע אראבער, זוכט ער דאס גוטס; ער איז זיך מחי' אז ער אטעמט און עס איז דא פיינע לופט וואס שמעקט גוט.


דאס איז דאס גרויסקייט פון צדיקים, און אז מיר וועלן אויפזוכן דאס גוטס – וועלן מיר אויך זוכה זיין צו אלע מדריגות, והבן למעשה.