בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#66 - זוכן נאר דאס גוטס ביי יענעם
ישיבה, הדרכות, נקודות טובות, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת אמור, ט' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, מגיד שיעור ישיבת היכל הקודש ירושלים


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט אריינברענגען אין די תלמידים זיך ליב האבן און קוקן גוט איינער אויפן צווייטן. די יאר זעט נישט אויס אז איך וועל קומען אויף ל"ג בעומר, די יאר וועל איך זיין אין שטעטל ל"ג בעומר. דו זאלסט פארן קיין מירון, אויך זאלן די בחורים גיין קיין מירון מתפלל זיין, און אויך טאנצן, זיך פרייען מיט די גרויסע חתונה, אויך זאלסטו זען אז די בחורים זאלן עוסק זיין אין הפצה; יעדער איינער לפי בחינתו.


דער עיקר זאלסטו וויסן אז מען קען נאר מצליח זיין מיט תלמידים אז מען קוקט גוט, מען זוכט אויף דאס גוטס אין זיי, נישט פארברענען קיינעם, נישט קוקן שלעכט אויף קיינעם, ווייל דער גרויסער טאג ל"ג בעומר איז אזוי גרויס, אלע פרייען זיך, אלע פייערן דעם טאג מיט גרויס ליבשאפט; דאס איז ווייל דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי האט געזאגט (סוכה מה:): "יכול אני לפטור את כל העולם כולו מן הדין", איך קען ריינוואשן יעדן איד און ווייזן פארן אייבערשטן אז קיינער איז נישט שלעכט, יעדער איז גוט, יעדער איז וואויל, און דאס וואס מען טוט עבירות איז נישט ווייל מען וויל טון שלעכטס, דאס קומט פון זיין שיכור פון אזויפול צרות, מען האט ביטערע שווערע נסיונות, אבער יעדער איינער וויל זיין גוט; דאס האט דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי זוכה געווען, נאכן ארויסגיין פון די מערה, ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי מיט זיין זון האבן פארברענט מענטשן מיט קוקן שלעכט; וואו זיי האבן געקוקט האבן זיי פארברענט, איז ארויס א בת קול פון הימל (שבת לג:): "גייט צוריק צו די מערה, איך וויל נישט ענק זאלן פארברענען מענטשן", און שפעטער נאך א יאר ווען דער הייליגער תנא רבי שמעון בר יוחאי איז ארויס האט ער געזאגט פאר זיין זון רבי אלעזר: "געב א קוק ווי אידן האבן ליב מצוות, קוק דער איד נעמט צוויי הדסים לבוד שבת איינס פאר זכור איינס פאר שמור"; רבי שמעון בר יוחאי האט געזוכט ארויסצונעמען די פינטעלע גוטס אין יעדן איינעם.


דאס דארפן מיר זיך מקבל זיין אין דעם טאג ל"ג בעומר, קוקן גוט אויף זיך, קוקן גוט אויף יעדן איינעם און זיכער אויף די קינדער, ווי מען זעט נאר עפעס א פינטעלע גוטס; צום ביישפיל א איד קויפט עפעס לכבוד שבת זאגט מען שוין: "קוק ווי הייליג אידן זענען, מען קויפט איין גוטע זאכן לכבוד שבת", און אנטלויפן פון דער פרומער יצר הרע וואס פארברענט מענטשן מיט קוקן שלעכט, און מאכט אוועק די גוטע זאכן; רבי שמעון בר יוחאי האט אונז געוויזן די וועג ווי אזוי מיר זאלן קוקן, מען זאל זוכן די פינטלעך פון גוטס, און מיט דעם וועלן מיר קענען יעדן איינעם ברענגען נאנט צום אייבערשטן.


אויך אויף זיך, אינעם מענטש אליינס - דארף מען זוכן דאס גוטס, און זיך נישט אראפקלאפן, ווייל מען האט גארנישט פון זיך אראפקלאפן און זיך אוועק מאכן, מען דארף אין זיך גלייבן, און וויסן אז דער אייבערשטער האט מיך ליב, איך בין א קינד, א באליבט קינד; יעדע זאך וואס איך טו - איז באליבט ביים אייבערשטן; דאס איז דער לימוד וואס מיר דארפן מיט נעמען ל"ג בעומר.


אויך זאלסטו זאגן דיין ווייב אז זי זאל רעדן און מחזק זיין ..., נישט קיינעם מרחק זיין חס ושלום. וויסן זאלסטו, אז מען טוט מיט א כלל - דארף מען זייער אכטונג געבן נישט צו האקן קיין קעפ, מיר קענען און מיר מוזן מחזק זיין דעם מענטש צו טון ריכטיג, און אז דער מענטש איז בוחר צו טון אנדערש - טאר מען נישט מרחק זיין, מען דארף אכטונג געבן. איך בעט דיר זייער, איך האב טאקע געזאגט זיך נישט גט'ן וכו' וכו', אבער אז דער מענטש טוט אנדערש, ער גט זיך יא - איז געענדיגט? האט ער שוין נישט קיין מקום ביי אונז? חס ושלום, מען מוז יעדן מקרב זיין; נאר א גנב, א מניוול - דארף מען דערווייטערן, (אויך ביי דעם איז בעסער צו מזכה זיין א צווייטן, קיינמאל נישט וויי טון א איד), זיכער ווען איינער זאגט 'איך קען נישט ממשיך זיין צו לעבן אזוי, איך וויל זיך גט'ן' - טאר מען יענעם נישט וויי טון חס ושלום, מען מוז יענעם העלפן, מען מוז רעדן מיט יענעם. איך האף דו וועסט טון וואס דא שטייט, דו וועסט זוכן דאס גוטס ביי יענעם, דו וועסט קוקן אויב יענער קויפט גוטע עסן פאר שבת און יענעם אויסרימען, אזוי ווי די לימוד פון הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#65 - נאך א שאנס
התחזקות, נקודות טובות, פסח שני

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת אחרי קדושים, ד' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין מעסעדזש ווי דו האסט זיך מחיה געווען מיט די בריוו וואס איך האב דיר געשריבן פאריגע וואך; אז דו האסט זיך אזוי מחי' געווען וויל איך דיר שרייבן נאך אביסל פון די זיסע חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


מיר שטייען א וואך פאר פסח שני, קומענדיגע וואך פרייטאג אמור איז פסח שני, די גאנצע זאך פון פסח שני איז איין גרויסע וואונדער, ווי מען האט געגעבן פאר די מענטשן וואס זענען געווען טמא לנפש נאך א טשענס צו ברענגען דעם קרבן פסח, דאס איז זייער שטארקע חיזוק פאר אונז צעבראכענע מענטשן וואס מיר זענען אין די בחינה פון טמאים לנפש אדם, און מיר האבן נאכנישט זוכה געווען צו קענען קומען אין די עזרה, צום מזבח, צו די קדושה; אז אויב מיר וועלן נישט אפלאזן אונזער ווילן - וועלן מיר זוכה זיין צו אלע קדושות.


אויך איז דא נאך א שטארקע זאך, עס איז אנגענומען ביי כלל ישראל אז פסח שני איז די יארצייט פונעם הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (יבמות סא:): "רבי מאיר חייש למיעוטא", דאס איז דאך ממש די זאך פון 'פסח שני', אז אפילו מען איז אנגעפילט מיט שלעכטס זאל מען זוכן אין זיך עפעס גוטס, ביז מען וועט ווערן אינגאנצן גוט; דאס איז שיטת רבי מאיר בעל הנס, וואס האט אלץ חושש געווען למיעוטא.


דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן רפב), אז מען מוז זוכן אין זיך גוטע זאכן, און אפילו מען איז גוט צעבראכן, מען זעט זיך אלס דער ערגסטער מענטש, מען זעט זיך אנגעפילט מיט שלעכטס, איז אבער זיכער דא עפעס א גוטע זאך וואס מען האט געטון, און אפילו די גוטע זאך איז נישט פון יעצט, עס איז פון א לאנגע צייט צוריק - זאל מען טראכטן פון די גוטע זאך וואס מען האט געטון און זיך מחיה זיין מיט דעם, דאס וועט מאכן אז דער מענטש זאל ווערן אינגאנצן גוט, און דאס איז די פשט אין פסוק (תהלים לז, י): "ועוד מעט ואין רשע והתבוננת על מקומו ואיננו", אז מען זוכט אויף אין זיך 'עוד מעט' אביסל גוטס, 'ואין רשע', וואס אין די מעט איז מען נישט קיין רשע, דעמאלט 'והתבוננת על מקומו ואיננו', וועסטו פלוצלונג זיך זען ווי א נייער מענטש, 'ואיננו' מען איז שוין נישט דער אלטער מענטש.


דאס איז וואונדער ווי אזוי דאס ארבעט, ווי נאר מען טרעפט גוטע זאכן אין זיך אדער אין אנדערע - קען מען אינגאנצן איבערגעדרייט ווערן און אויך קען מען א צווייטן אינגאנצן איבערדרייען, דורך טראכטן אויף יענעם גוט, און דורך זוכן אין יענעם גוטס; דאס איז שיטת רבי מאיר בעל הנס, וואס זאגט אז מען גייט נאך מיעוטא, און דאס איז די זעלבע זאך פון פסח שני; אז אפילו דער מענטש איז מטא לנפש, אויב ער וויל זיין גוט, ער קומט און ער בעט ברחמים: "רבונו של עולם איך וויל אויך זיין גוט, איך וויל אויך זיין א צדיק, איך וויל אויך לערנען און דאווענען"; איז אפילו ער איז נאך פול מיט פראבלעמען, אדער אפילו בבחינת רשע, אויב וועט ער זוכן דעם 'עוד מעט ואין רשע', א פינטעלע וואס האט נישט קיין שלעכטס, עפעס א גוטע זאך וואס ער האט, אדער א גוטע זאך פון אמאל - וועט דאס אים אזוי שטארקן, והתבנונת על מקומו ואיננו, אז ער וועט ווערן א נייער מענטש.


מאך תפילות דו זאלסט קענען די יאר קומען צום הייליגן ראש השנה אין אומאן, דער רבי וועט מאכן שיינע זאכן פון דיר; נישטא קיין וועג צו קומען קיין אומאן, נאר מיט תפילה, מיט בענקען, וועלן און גלוסטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#64 - נישט מסיח דעת זיין פון זיין פרייליך
שמחה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


מען טאר נישט מסיח דעת זיין פון זיין פרייליך מיטן אייבערשטן און מיט די מצוות וואס מען איז זוכה אריינצוכאפן - אפילו פאר איין רגע נישט, און אפילו מען זעט זיך זייער שלעכט און מען קען נישט טרעפן אין זיך קיין איין גוטע זאך - דארף מען זיך פרייען מיט דעם אז מען איז א איד, און מיט דעם וואס מען דינט נישט עבודה זרה. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה יג.): "כָּל הַכּוֹפֵר בַּעֲבוֹדָה זָרָה נִקְרָא יְהוּדִי", יעדער וואס לייקנט אין די עבודה זרה ווערט אנגערופן 'איש יהודי'.


פון די שמחה קען מען נישט פאלן, ווייל אפילו מען זאל זיין דער ערגסטער און דער ווייטסטער מענטש - קען מען זיך נאכאלץ פרייען אז מען איז א איד און נישט קיין גוי. אזוי ווי עס איז געווען די מעשה (הובא בספר פרי צדיק חג השבועות, אות יג), דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחיה ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר: 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#63 - שוין גענוג זיך געקלאפט, יעצט זיי פרייליך
התחזקות, הפצה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תצוה, ז' אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


הער זיך אויף צו קלאפן, וואס גייט פאר מיט דיר? האסט זיך שוין גענוג געקלאפט, יעצט הייב אן צו זיין פרייליך, פריי זיך מיט דעם וואס דו ביסט א איד, פריי זיך מיט די מצוות, מיט דיין ציצית, מיט דיין תפילין, פריי זיך מיט דיין בארד און פיאות, מיט דיין מזוזה, מיט דיין כשר'ע קאך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה כו:): "אֲפִילוּ פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל מְלֵאִים מִצְווֹת כְּרִמּוֹן", אפילו פושעי ישראל זענען אנגעפילט מיט מצוות ווי א מילגרוים; איז דאך כל שכן דו וואס דו ביסט א שומר תורה ומצוות ביסטו דאך אנגעפילט מיט גוטס.


לאז אפ די וועג פון זיין פארנומען טאג און נאכט מיט זיך צעברעכן, דער רבי וויל דאס נישט פון אונז, דער הייליגער רבי וויל מיר זאלן זיין נאר פרייליך, און נאר איינמאל א טאג זאלן מיר האבן א לב נשבר, זיך צעברעכן דאס הארץ פארן אייבערשטן און תשובה טון און בעטן צו זיין אן ערליכער איד, אבער א גאנצן טאג – רק שמחה, ווייל דער הייליגער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצג): "וְכָל עִקַּר הִתְרַחֲקוּת כָּל אָדָם מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הִיא רַק מֵחֲמַת עַצְבוּת וּמָרָה שְׁחוֹרָה", דער עיקר זאך וואס נעמט אוועק מענטשן פון אייבערשטן איז דאס עצבות, דאס זיין דערביטערט און דעפרעסט; און דעריבער האט דער הייליגער רבי צו אונז זייער אסאך גערעדט פון זיין פרייליך, און אז מען מוז זיך פרייליך מאכן, און אויך זיך נאריש מאכן, אבי צו זיין פרייליך.


על כן ליבער ברודער, הארציגער חבר, ווארף אוועק די עצבות ומרה שחורה, זוך אויף די גוטע נקודות אין דיר, פריי זיך אז א גוי ביסטו נישט, פריי זיך מיט די גוטע זאכן וואס דו טוסט, מיט דעם וואס דו ליינסט קריאת שמע, מיט די פרוטות וואס דו געבסט פאר צדקה וכיוצא.


אויך זאלסטו פרייליך מאכן דיין ווייב, דערצייל איר וואס דו לערנסט, דערצייל איר אגדות חז"ל, יעדע מאל דו זעסט א שיינע מעשה אין גמרא אדער מדרש – זאלסטו זיך דאס פארצייכענען, און ווען דו קומסט אהיים און זי וויל הערן פון דיין טאג – זאלסטו איר דערציילן די שיינע אגדות חז"ל; דאס וועט מאכן א שטארקע קשר צווישן ענק, און אזוי אויך ווען דו הערסט ביי די שיעורים שיינע התחזקות, און ווען דו זעסט אין רבינ'ס ספרים און אין ספרי מוהרא"ש שיינע זאכן – זאלסטו דאס מיטטיילן מיט איר.


גיי הפצה און גיי נאך געלט, דאס גיין הפצה און גיין נאך געלט איז מתקן אפילו חטאים וואס מען איז מעניש מיט ד' מיתות בית דין, אלעס ווערט פארראכטן דורך הפצה און דורך גיין נאך געלט.

#62 - פרייליך מיט יעדע מצוה
סיפורי צדיקים, עצתו אמונה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בשלח, י' שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


יואל מנחם גרשון נרו יאיר


בעט דעם מעלער ער זאל מאלן א בילד ווי אן אלטער איד זיצט אין א וועגעלע (ווילטשער) און נעבן אים שטייט איינער מיט א טלית בייטל אין די האנט מיט א פרייליכע פנים און ווי ער זאגט דעם אלטן איד עפעס.


איך וויל מאכן א מעשה'לעך פאר די קינדער פון די מעשה וואס מוהרא"ש האט דערציילט פון דער צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו וואס האט געזאגט פאר דעם אלטן איד וואס האט געבעטן א ברכה אז ער וויל שוין שטארבן, אז עס לוינט זיך צו לעבן און עס זאל אריבער גיין וואס זאל נאר אריבער גיין - אבי זוכה זיין נאך איין טאג אנצוטון די הייליגע תפילין.


איך וויל מאכן וואס מער גליונות און מעשה ביכלעך פאר די יוגנט, ווייל עס קומען שווערע שרעקליכע נסיונות און מען דארף פילעווען די קינדער מיט אמונה, מיט סיפורי צדיקים, זיי דערציילן מעשיות פון צדיקים, אן קיין ליצנות, נאר בתמימות ופשיטות, זיי זאלן זיין וואקסינירט אנטקעגן די שווערע נסיונות, זיי זאלן קענען זיין ערליכע אפגעהיטענע אידן.


דא האסטו די מעשה:


"רבי איך דארף א ברכה..."


אודאי וועל איך אייך געבן א ברכה: "דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט לעבן לאנגע געזונטע יארן".


"ניין, ניין!" - שרייט דער איד, דער איד לאזט נישט ענדיגן די ברכה, ער הייבט אן ווייינען: "איך וויל נישט אזא ברכה, איך וויל א ברכה אויף פארקערט..."


"פארקערט? וואס?! איר ווילט א ברכה אויף נישט לעבן לאנגע יארן? וואס איז מיט אייך?!"


"רבי, רבי", וויינט דער איד – "איך וויל מער נישט לעבן, איך האב נישט קיין כח מער צו לעבן, איך בין שוין אזוי אלט, איך וויל שטארבן..."


טייערע קינדער, דאס איז געווען אין טבריה, א איד איז געקומען צום הייליגן צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו ער וויל בעטן א ברכה, דער איד איז געווען זייער אלט, נאנט צו די ניינציג יאר, ער האט געקרעכצט: "רבי, עס איז מיר שווער צו לעבן, איך וויל שטארבן".


דער צדיק רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו זאגט אים: "דו טפש וואס דו ביסט, פארוואס ווילסטו שטארבן? עס לוינט זיך צו בלייבן לעבן צו קענען אנטון נאך איינמאל די הייליגע תפילין, דו ווייסט ווי חשוב עס איז ביים אייבערשטן יעדע מצוה וואס א איד טוט? דארפסט זיך פרייען אז דו לעבסט, אז דו קענסט אנטון תפילין, אז דו קענסט אנטון די הייליגע ציצית, און אז מען קען זוכה זיין היטן נאך איין שבת, און אזוי ווייטער".


טייערע קינדער, מיר גייען זיך זייער פרייען אז מיר טוען מצוות; איך וויל פרעגן די קינדער, ווער קען אויסרעכענען מצוות וואס מיר טוען יעדן טאג:


אלע קינדער הייבן אן זאגן הויך: 'נעגל וואסער', 'מודה אני', 'זאגן ברכות', 'פאלגן טאטע מאמע', 'קישן די מזוזה', 'עסן נאר מיט א גוטע הכשר', 'דאווענען', 'לערנען'.


אויך די מיידלעך זאגן זייערע מצוות: 'צניעות', 'נישט פארשעמען א חבר'טע', 'רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן'.


דער טאטע נעמט אלע קינדער און מען גייט ארויס אין א פרייליכע טאנץ: "טאטע איך דאנק דיר, טאטע איך לויב דיר ווייל איך בין א איד, אשרינו מה טוב חלקינו ומה נעים גורלינו ומה יפה ירושתינו".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - רעדן יעדן טאג מיט די חתונה געהאטע קינדער
חינוך הילדים, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת מקץ, כ"ד כסליו, ערב חנוכה, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


זיי זיך מחזק, און אויך זאלסטו מחזק זיין דיין ווייב, צו רעדן יעדן טאג מיט דיינע קינדער, און די חתונה געהאטע קינדער וואס רופן נישט – זאלן ענק זיי רופן, ווייל נישט אלע קינדער געדענקען די חשיבות פון רופן עלטערן און קומען באזוכן די עלטערן; דארפן די עלטערן זיי רופן, נישט זיך אויפעסן וכו' וכו'.


אויך זאלסטו זיך שטארקן און אויך מחזק זיין דיין ווייב צו קוקן גוט אויף די זין און טעכטער, איידעמער און שנירן; מען מוז קוקן גוט אויף די קינדער און האבן אסאך סבלנות, ווייל אז עלטערן קוקן גוט אויף זייערע קינדער ווערן די קינדער גוט, און דאס מאכט די קינדער זאלן זיך שפירן באקוועם צו קומען צו די עלטערן, זיך דרייען ביי די עלטערן, און נישט זוכן צו פאשען אין נישט גוטע פלעצער.


ליבער ברודער, די גאס ציט זיך זייער צו לינקס, די נסיונות ווערן שווערער און שווערער, בעיקר פאר די בני הנעורים; מוזן די עלטערן פארקוקן וכו', און נאר מאכן אן עסק פון דאס גוטס, און אזוי איז מען זוכה צו נחת.


דאס איז דעם רבינ'ס דיבורים געבויט אויף די תורה אין סימן רפ"ב, דאס איז פון די יסודות אין חסידות ברסלב, אז דורך קוקן גוט אויף אנדערע – מאכט מען זיי גוט.

#60 - "אלא להדליק יום אחד", טראכט פונעם היינטיגן טאג
חנוכה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, וויליאמסבורג


מיטן רבינ'ס הקדמות קען מען זיך זייער מחי' זיין מיט די גמרא פון חנוכה, (שבת כא:): "תנו רבנן, מאי חנוכה"? חנוכה איז א לשון פון באנייען, פרעגט דער מענטש: מאי חנוכה, ווי אזוי באנייט מען זיך? "כשנכנסו היונים בהיכל", יווני"ם איז די טומאה, און היכ"ל איז דער מענטש; אז די יווני"ם, די טומאה – קומט אריין אינעם מענטש, "טמאו כל השמנים", שמני"ם דאס איז די מחשבות, און אלע מחשבות ווערן טמא; ווערט שווער, ווי אזוי קען מען זיך באנייען?


זאגט די גמרא: "כשגברה מלכות בית חשמונאי ונצחום", קומען די הייליגע צדיקים און זיי לערנען אונז מען זאל זוכן אין זיך עפעס גוטס, אפילו נאר איין קריגל אויל, דאס מיינט אפילו נאר איין גוטע מחשבה, "שהי' מונח בחותמו של כהן גדול", דער כהן גדול דאס איז דער צדיק אמת וואס ער שיינט אריין אין אונז מיר זאלן גלייבן אינעם אייבערשטן, מיר זאלן לעבן מיט אמונה, און ער לערנט אונז, "ולא הי' בו להדליק אלא יום אחד", טראכט נישט פון מארגן, טראכט נישט פון נעכטן, טראכט נאר פון היינט (עיין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ער"ב), "נעשה בו נס", וועסטו זען נאכדעם די ניסים פונעם אייבערשטן, "והדליקו בו שמונה ימים", און אלע אכט ספירות וועלן שיינען און לייכטן, והבן למעשה.


העיקר שטארק זיך, טראכט נאר פונעם "אלא להדליק יום אחד", טראכט פונעם היינטיגן טאג, כאפ ארויס גוטע זאכן פון היינט, גיי אין שול דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, מיט א סידור, דאווען כסדרן, שנייד נישט קיין שטיקלעך, דאווען פון "אדון עולם" ביז נאך "עלינו" כסדרן, כאפ ארויס אפאר פסוקים חומש, אפאר פרקים משניות, אפאר שורות גמרא – וועט שוין ווערן ניסים, די מנורה וועט זיך אנצינדן און שיינען און לייכטן.

#59 - דעפרעסיע איז די ערגסטע זאך
שמחה, עצבות, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ויצא, ג' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר, לעיקוואד


דער סמ"ך מ"ם וויל נאר איין זאך, ער וויל דעם מענטש אראפווארפן אין דעפרעסיע, אין עצבות ומרה שחורה, דאס איז די ערגסטע זאך, דאס ברענגט צו אלע עבירות, מען ווערט אפגעריסן פונעם אייבערשטן. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיב): "זה כבר עבירה שאתם עושים עבירה", דאס איז די ערגסטע עבירה, דאס זיין בעצבות.


ליבער ברודער, הארציגער חבר, גיי א טענצל, פריי זיך אז דו ביסט א איד, זיי זיך מחי' מיט די מצוות וואס דו טוסט און טו אלעס אבי צו זיין פרייליך, אפילו זיך נאריש מאכן, אבי זיין פרייליך, ווייל דאס איז די מלחמה, דער סמ"ך מ"ם זוכט נאר אראפ צו ווארפן אין דעפרעסיע, אזוי ווערט דער מענטש א טויטער, ער איז פערטיג, ער לאזט זיך נאך רחמנא לצלן.


אז מען קען גארנישט טרעפן, מען ליגט אין אזא יאוש אז מען זעט נישט קיין שום ברעקעלע גוטס – דארף מען זיך מחי' זיין מיט 'שלא עשני גוי', פון דעם קען מען נישט אראפפאלן, ווייל וואס עס זאל נאר זיין – בין איך דאך נישט קיין גוי, א איד בין איך דאך. אזוי ווי די מעשה וואס דער רבי האט דערציילט בצדיק אחד שנפל עליו עצבות, און וואס ער האט נאר געוואלט זיך מחי' זיין האט ער נישט געקענט, ביז ער איז געווארן אזוי בעצבות, ער האט זיך נישט געקענט רירן, ביז ער האט זיך מחי' געווען מיט 'שלא עשני גוי'; קוק נאך די מעשה (סוף ספר ספורי מעשיות).

#58 - אייער לעבן ליגט אין אייערע אייגענע הענט
חיזוק פאר פרויען, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ו מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי' 


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער לעבן ליגט אין אייערע הענט, עס איז נישט אייער מאן, נישט אייערע קינדער און נישט אייערע שכנים, עס איז אייך אליין, ווי אזוי איר וועט קוקן אויף זיי - אזוי וועלן זיי זיין; אז איר וועט זוכן גוטס אין אייער מאן וועט ער זיין גוט, אז איר וועט זוכן גוטס אין אייערע קינדער, אין אייערע ארומיגע - וועלן אלע זיין גוט, און אז איר וועט זוכן שווארצע פינטלעך אויף אייער מאן וועט די לעבן ווערן א שטיק פינסטערניש.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - זיך פרייען מיט יעדע פינטעלע אידישקייט
סדר דרך הלימוד, ישיבה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וירא, י"א מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זוך אויף אין דיר גוטע זאכן, און זיי זיך מחי' מיט די גוטע זאכן וואס דו האסט. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת", פארוואס זענען מענטשן ווייט פונעם אייבערשטן? ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, מען טראכט נישט אריין 'וואס איז די תכלית פון די וועלט? וואס האט מען פון אלע תאוות וכו'?' עס בלייבט דאך גארנישט איבער פונעם מענטש, נאר דאס ביסל עבודת השם יתברך וואס מען כאפט אריין בזה העולם', און ווי אזוי איז מען זוכה צו ישוב הדעת, מען זאל וויסן וואס מען האט צו טון דא אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען א מענטש איז דעפרעסט איז אים זייער שווער צו קענען טראכטן נארמאל וכו', ווייל דער מח איז אים מצומצם, "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אבער ווען א מענטש איז פרייליך, דעמאלט קען ער טראכטן גראד וכו', ווייל ווען מען איז פרייליך איז דער מח ברייט אפן און נישט מצומצם, "וְלָבוֹא לְשִׂמְחָה הוּא", און ווי אזוי קען מען זיין פרייליך? "עַל יְדֵי מַה שֶּׁמּוֹצֵא בְּעַצְמוֹ אֵיזֶה נְקֻדָּה טוֹבָה עַל כָּל פָּנִים", דורך זוכן גוטס אין זיך, דורך זיך פרייען מיט יעדע פינטעלע אידישקייט, זיך פרייען אז מען איז א איד, אז מען איז א חלק פונעם עם הנבחר.


געלויבט דעם אייבערשטן מיר האבן אנגעהויבן נאך א יאר ישיבה, די אכצנטע יאר ישיבה, בנוסף לזה האבן מיר שוין אפאר סניפים אין שטעטל און אין ירושלים. איך געדענק ווען מוהרא"ש פלעגט קומען אין ישיבה כסדר באזוכן מיט אזא שמחה, מען קען זען די בילדער, די שמייכל פון מוהרא"ש; נאכן ליידן אזויפיל יאר רדיפות פון אינדרויסן און פון אינעווייניג פון די וואס פאררופן זיך ברסלב'ע חסידים, צו זען מיט די אויגן א ישיבה וואו בחורים לערנען אויפן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ, רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת, וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט - זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


אזויפיל יאר האט מוהרא"ש גערעדט און געשריבן די ווערטער פון רבי'ן פון שיחה ע"ו, וואו דער רבי זאגט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד, לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל, רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליין - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליין פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ, מַה בְּכָךְ", און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל - וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה (שַׁבָּת סג.; עֲבוֹדָה זָרָה יט.): 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר (תְּהִלִּים קיט, כ): "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - יעדע ווארט וואס מ'רעדט צו קינדער איז עושה רושם
זעלבס זיכערקייט, נקודות טובות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מלמד, לייג אריין אין די קינדער מידות טובות און יראת שמים, און טו גלייבן אז יעדע ווארט וואס מען לייגט אריין אין קינדער איז עושה רושם, אפילו מען טוט דאס נישט אנזען אויף די מינוט.


אויך זאלסטו חזר'ן סימן רפ"ב פון ליקוטי מוהר"ן חלק א'; די תורה איז די פונדאמענט פון אידישקייט, וואו דער רבי טוט ערקלערן מען מוז זען אין זיך אליין גוטס, מען מוז האלטן פון זיך, מען מוז קוקן גוט אויף זיך, ווייל דער סמ"ך מ"ם טוט מיט רשעות צעברעכן דעם מענטש, ביז דער מענטש ווערט בבחינת מת, א טויטער; אזוי ווארפט ער אים אראפ אין שאול תחתית רחמנא לצלן.


גיי א טענצל יעדן טאג 'ברוך שלא עשני גוי, טאטע איך לויב דיך אז איך בין א איד'.

#55 - טון אביסל, און נאכדעם נאך אביסל
חיזוק פאר פרויען, נקודות טובות, אביסל

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת עקב, כ' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט א טיפע שכל, און ווער עס ניצט דאס איז זיך ממש מחי'; דער רבי האט געלערנט: "אביסל איז אויך גוט", דאס איז א וואונדערליכע שכל, אז מען ווייסט די טייערקייט פון טון אביסל טוט מען אביסל און נאכדעם נאך אביסל, ביז מען קומט אן צו טון אלעס.


דאס איז ביי אלעס; דאס איז ביים לערנען, ביים זאגן תהילים, ביים זיך אויסרעדן צום אייבערשטן, און אויך ביים רייניגן די שטוב; אז מען וויל מאכן אינגאנצן ריין – קען דאס אפהאלטן פון בכלל אנהויבן וכו', פון יאוש וכו', אבער אז מען קוקט אויף די ארבעט מיט די הקדמה פון רבי'ן, אז 'מעט גם כן טוב', אביסל איז אויך גוט – דעמאלט האלט מען זיך נישט אפ פון אנהויבן, מען הויבט אן ריין מאכן די שטוב על דעת צו טון נאר אביסל, און 'אביסל אביסל פילט זיך אן א שיסל', ביז מען קומט אן צו טון אסאך.


וואויל איז דעם מענטש וואס נעמט אן דעם רבינ'ס שכל, דער לעבט א חיים טובים.

#54 - מיט וואס זאל איך זיין פרייליך?
שמחה, התחזקות, רפואה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו זיין פרייליך, שמחה איז א רפואה פאר אלע קרענק, און א וועג צו מצליח זיין אין אלעס. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כד): "מִצְוָה גְּדוֹלָה לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד", עס איז א גרויסע מצוה צו זיין שטענדיג פרייליך, "וּלְהִתְגַּבֵּר לְהַרְחִיק הָעַצְבוּת וְהַמָּרָה שְׁחֹרָה בְּכָל כֹּחוֹ", מען זאל זיך שטארקן מיט אלע כחות נישט צו זיין דערביטערט, "וְכָל הַחוֹלַאַת הַבָּאִין עַל הָאָדָם", ווייל אלע מחלות און אלע קרענק קומען, "כֻּלָּם בָּאִין רַק מִקִּלְקוּל הַשִּׂמְחָה", ווייל מען איז דערביטערט און נישט פרייליך, "וְגַם חַכְמֵי הָרוֹפְאִים אָמְרוּ", אפילו די דאקטוירים זאגן, "שֶׁכָּל הַמַּחֲלוֹת וְהַחֳלָאִים רָעִים בָּאִים רַק מַחֲמַת חִסָּרוֹן הַשִּׂמְחָה", אז אלע מחלות קומען פון דעפרעסיע און פון זיין נישט פרייליך.


מיט די קינדער אין שטוב קען מען מקיים זיין וואס דער רבי זאגט (שם): "עַל כֵּן צָרִיךְ לְהַכְרִיחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכֹחַ גָּדוֹל לִהְיוֹת בְּשִׂמְחָה תָּמִיד וּלְשַׂמֵּחַ אֶת עַצְמוֹ בְּכָל אֲשֶׁר יוּכַל וַאֲפִילּוּ בְּמִלֵּי דִּשְׁטוּתָא", מען דארף זיך צווינגען צו זיין פרייליך, אפילו מיט נארישע זאכן, אבי צו זיין פרייליך. טאנץ מיט דיינע קינדער, מאך זיך פרייליך, און אויך קענסטו זיך נאריש מאכן וכו' וכו', אבי צו זיין פרייליך, ווייל שמחה ברענגט צו די העכסטע מדריגות.


איי וועסטו פרעגן 'מיט וואס זאל איך זיין פרייליך? עס איז מיר ביטער וכו'; דאך זאלסטו זיך פרייען אז באלד וועט זיין גוט, דאס איז מרומז אין דעם וואס די הייליגע חכמים זאגן (עבודה זרה ב.): "אף על פי שמיצר הוא עכשיו שמח הוא לאחר זמן", אפילו עס איז ענג יעצט אבער נאך אביסל וועט זיין זייער גוט, און דאס דארף שוין יעצט מאכן פרייליך און מען דארף שוין דאנקען דעם אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#53 - האלט אז דו ביסט גוט, וועט דיין ווייב אויך זיין גוט צו דיר
שלום בית, הדרכות, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... נרו יאיר


צעברעך זיך נישט, קלאפ זיך נישט אראפ, ביסט א גוטער מענטש, ביסט נישט אזוי שלעכט ווי דו האלסט אויף זיך.


ווען דו ביסט געווען ביי מיר מיט דיין ווייב און דו האסט געוויינט אז דיין לעבן גייט דיר מטה מטה, אלעס איז נישט גוט; לדעתי איז דאס נישט דיין ווייב וואס טוט דיך אראפקלאפן, נישט זי איז דער פראבלעם, דו דארפסט גיין אביסל שפאצירן און אויסשמועסן מיטן אייבערשטן די געפיל וואס דו שפירסט, ווי דו ביסט א גארנישט, ווי דו ביסט א דורכפאל; דו דארפסט אנהויבן גלייבן אין דיר אליינס, גלייבן אז דער אייבערשטער האט דיך ליב, גלייבן אז דו ביסט חשוב און טייער ביים אייבערשטן.


מאך זיך א קביעות צו לערנען פאר א שטיק צייט די תורה פון אזמרה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן רפ"ב), און זאג די תפילה אויף די תורה (ליקוטי תפילות, תפילה צ) - וועט זיך דיר עפענען א נייע וועלט, דו וועסט אנהויבן שפירן ווי דו ביסט א גוטער מענטש, א וואוילער מענטש; איז במילא וועט דיין ווייב ווערן אויך גוט, דו וועסט זיין זייער פרייליך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - דער הייליגער יום טוב שבועות
נקודות טובות, ותיקין, שבועות, תיקון ליל שבועות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נשא, ערב שבועות, ה' סיון, מ"ט לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט נאכט איז דער הייליגער יום טוב שבועות, איך וויל דיר בעטן זאלסט א גאנץ יום טוב זיין זייער פרייליך, זאלסט טאנצן און שפרינגען 'שלא עשני גוי' אז מיר זענען אידן. אזוי ווי משה רבינו האט אויסגעשריגן ביי מתן תורה, ווען דער אייבערשטער האט אנגעהויבן זאגן די עשרת הדברות, "אנכי ה' אלוקיך", האט ער געשריגן: "שלא עשני גוי", דאס איז די גרעסטע שמחה, אז מיר זענען אידן, מיר זענען פון די אויסדערוועלטע פאלק.


ברענג אריין אין שטוב בלומעלעך און בלעטעלעך. מוהרא"ש זאגט, מען ברענגט אריין ביימער אין שול און אין שטוב צו ווייזן אז אויב מען וויל זוכה זיין צו קבלת התורה דארף מען גיין אין פעלד צווישן די ביימער שרייען צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער איך וויל לערנען, איך וויל זוכה זיין צו פארשטיין דאס לערנען".


היינט ביינאכט, שבועות אויף דער נאכט - איז א גרויסע זאך צו אויפבלייבן און זאגן דעם תיקון ליל שבועות, מען קען זוכה זיין צו גאר גרויסע זאכן. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, מען זאל זאגן די ערשטע פסוק און די לעצטע פסוק פון יעדע פרשה, סיי פון תורה, סיי פון נביאים און סיי פון כתובים, און נאכדעם זאל מען זאגן די תרי"ג מצוות, און אז עס בלייבט צייט - זאל מען גיין התבודדות, און פארן עלות השחר גייט מען אין מקוה. ווייל דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א' סימן נו, אות ז), זיך טובל'ן אין מקוה שבועות פארטאגס, פארן עלות - איז זייער גרויס; אין קבלה שפראך איז דאס 'שער נ', חסד עליון ורחמים גדולים.


געב אכטונג נישט צו פארברענגען אין אזא הייליגע נאכט - די צייט, און זיכער נישט צוקומען צו חילול יום טוב, רייכערן ציגארעטלעך, ווייל די נאכט איז זייער גרויס. דער הייליגער אריז"ל זאגט (שער הכוונות דרושי חג השבועות, דרוש א): "וכל מי שלא ישן בלילה הזה כלל, אפילו רגע אחד", ווער עס דרימלט נישט די נאכט פאר קיין איין רגע נישט, "ויהי' עוסק בתורה כל הלילה", און ער וועט זיין פארנומען צו לערנען די הייליגע תורה, "מובטח לו שישלים שנתו", קען זיין זיכער אז ער וועט אויסלעבן די יאר, "ולא יארע לו שום נזק בשנה ההיא", און עס וועט אים נישט פאסירן קיין שום שלעכטס די גאנצע יאר, און דער צדיק רבי חיים פלאג'י זכותו יגן עלינו זאגט (מועד לכל חי סימן ח', אות טז), מען איז זוכה: "לבנים ובני בנים תלמידי חכמים, ועושה תיקון לשכינה, ומתקן מה שפגם בעיניו".


בנוגע דאווענען יום טוב שבועות ותיקין; די לעצטע פאר יאר דאווען איך נישט ותיקין, איך האב געזען אז מוהרא"ש האט נישט אזוי מקפיד געווען אויף דעם, און דערפאר וואס מיינע קינדער וועלן נישט קענען מיט האלטן, איז מיר ענדערש צו דאווענען שפעטער. אבער דו פאר דיר, זאלסט זיך מתבודד זיין און טון וואס איז ריכטיג פאר דיר. אויך אין שטעטל זענען דא אינגעלייט וואס דאווענען ותיקין, מען מאכט א מנין פארטאגס, און שפעטער ווער עס וויל דאווענען - קען דאווענען שפעטער.


א פרייליכן יום טוב.

#51 - קוקן גוט און זוכן דאס גוטס
נקודות טובות, ל"ג בעומר

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת אמור, י"ח אייר, ל"ג בעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


אפשר ווילסטו מיר העלפן פרייליך מאכן אנשי שלומינו, געבן גוטע ווערטער פאר אנשי שלומינו, קוקן גוט אויף אנשי שלומינו. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן רפב), דורך קוקן גוט, דורך זוכן גוטס – קען מען יענעם איבערדרייען צו גוטס; דער רבי רעדט אפילו פון א רשע וואס פאלט אין עבירות רחמנא לצלן, אויב מען קוקט גוט, מען זוכט דאס גוטס אין אים - קען מען אים איבערדרייען אויף גוט; איז דאך ממש א שאד אז אנשי שלומינו זאלן נישט טון אין דעם, מען זאל זיך קאנצעטרירן אין דעם, צו קוקן גוט און זוכן דאס גוטס, און נאר זוכן צו מחי' זיין איינער דעם צווייטן.


איך וויל דיר בעטן זאלסט מיר העלפן מיט דעם, דאס זאלסטו זיך פארנעמען אין דעם גרויסן טאג ל"ג בעומר, קוקן גוט אויף יעדן איינעם. אויך אויף זיך אליינס זאלסטו קוקן גוט און זוכן גוטס, ווייל נאר אז מען קוקט גוט אויף זיך – קען מען קוקן אויף אנדערע גוט.

#50 - ווי אזוי מען איז זוכה צו ישוב הדעת?
שמחה, ישוב הדעת, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת צו, ח' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


א גרויסן יישר כח פארן העלפן די מוסדות.


דו פרעגסט ווי אזוי מען איז זוכה צו ישוב הדעת; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י): "מַה שֶּׁהָעוֹלָם רְחוֹקִים מֵהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, וְאֵינָם מִתְקָרְבִים אֵלָיו יִתְבָּרַךְ, הוּא רַק מֵחֲמַת שֶׁאֵין לָהֶם יִשּׁוּב הַדַּעַת", פארוואס זענען מענטשן ווייט פונעם אייבערשטן? ווייל מען האט נישט קיין ישוב הדעת, מען טראכט נישט אריין 'וואס איז די תכלית פון די וועלט? וואס האט מען פון אלע תאוות וכו'?' עס בלייבט דאך גארנישט איבער פונעם מענטש, נאר דאס ביסל עבודת השם יתברך וואס מען כאפט אריין בזה העולם.


ווי אזוי איז מען זוכה צו ישוב הדעת, מען זאל וויסן וואס מען האט צו טון דא אויף דער וועלט? "אַךְ דַּע, שֶׁעַל יְדֵי מָרָה שְׁחוֹרָה אִי אֶפְשָׁר לְהַנְהִיג אֶת הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְעַל כֵּן קָשֶׁה לוֹ לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ", ווען א מענטש איז דעפרעסט איז אים זייער שווער צו קענען טראכטן נארמאל וכו', ווייל דער מח איז אים מצומצם, "רַק עַל יְדֵי הַשִּׂמְחָה יוּכַל לְהַנְהִיג הַמֹּחַ כִּרְצוֹנוֹ, וְיוּכַל לְיַשֵּׁב דַּעְתּוֹ, כִּי שִׂמְחָה הוּא עוֹלָם הַחֵרוּת", אבער ווען א מענטש איז פרייליך, דעמאלט קען ער טראכטן גראד וכו', ווייל ווען מען איז פרייליך איז דער מח ברייט אפן און נישט מצומצם.


דער עיקר זאלסטו זיך פרייען מיט דעם אז דו ביסט א איד, דו ביסט נישט קיין גוי, פון די שמחה קען מען נישט אראפפאלן. דער הייליגער צדיק הרב הקדוש רבי צדוק הכהן מלובלין זכותו יגן עלינו ברענגט אין זיין ספר פרי צדיק א מורא'דיגע מעשה (חג השבועות, אות יג), אז דער הייליגער קדושת לוי זכותו יגן עלינו פלעגט יעדן טאג זאגן די ברכות השחר הויך אויפן קול, איין טאג האט ער פארפעלט צו זאגן די ברכה "שלא עשני גוי", איז איינער צוגעגאנגען צו אים און געזאגט: "רבי, איר האט אויסגעלאזט א ברכה, די ברכה פון שלא עשני גוי", האט אים דער הייליגער קדושת לוי געזאגט: "איך האב שוין געמאכט היינט די ברכה! ווען איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי בין איך געווען זייער צעבראכן ביי מיר, איך האב נישט געקענט טרעפן קיין שום זאך מיט וואס איך זאל זיך קענען מחי' ומחזק זיין, האב איך געטראכט צו מיר 'א איד בין איך דאך, איך בין נישט קיין גוי', און פון גרויס שמחה האב איך מיך נישט געקענט איינהאלטן, און איך האב גלייך געמאכט די ברכה 'שלא עשני גוי', מיט דעם האב איך זיך מחי' געווען".


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן

#49 - אז אביסל איז גוט, ווערט מען אן ערליכער איד
נקודות טובות, משלי, שלימות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת פקודי, כ"ד אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


צו מיין טייערער ליבער הרב ... שליט"א


איך וויל דיר שרייבן א שיינע זאך וואס איז מיר נתחדש געווארן היינט ביים לערנען ספר משלי.


שלמה המלך זאגט (משלי טו, טז): "טוֹב מְעַט בְּיִרְאַת ה'", עס איז בעסער צו האבן ווייניג פארמעגן וואס מען פארדינט ערליך, "מֵאוֹצָר רָב וּמְהוּמָה בוֹ", פון א גרויסער אוצר און געשרייען פון מענטשן אז מען האט זיי בא'גנב'עט.


אפשר לומר, מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן. מוהרנ"ת האט געזאגט: "ווען איך בין געקומען צום רבי'ן, האב איך געהערט נייע זאכן, אז 'אביסל איז אויך גוט', און די סיבה פארוואס מענטשן טוען נישט אין ערליכע זאכן, איז ווייל מען וויל נאר שלימות, מען וויל טון אסאך, טוט מען גארנישט, אבער אז מען ווייסט די חשיבות פון אביסל תורה, אביסל צדקה, אביסל שמירת עיניים, אביסל שמחה – וואלט מען געטון אביסל, מיט נאך אביסל, מיט נאך אביסל, און אזוי זוכה געווען צו אסאך".


דער קען זיין פשט אין פסוק, "טוֹב מְעַט", אז מען ווייסט דאס חשיבות פון אביסל, מען ווייסט אז אביסל איז גוט, "בְּיִרְאַת ה'", איז מען זוכה צו יראת שמים, מען ווערט אן ערליכער איד, אבער אז מען וויל נאר "מֵאוֹצָר רָב", מען וויל א גרויסער אוצר, מען וויל נאר אסאך, נאר שלימות האט א חשיבות, "וּמְהוּמָה בוֹ", איז דאס לעבן מיט געשרייען, מחלוקת, אן דעם אייבערשטן, ווייל נאר אז מען גלייבט אין וואס די צדיקים זענען אונז מגלה, דאס טייערקייט פון אביסל, "מעט גם כן טוב", נאר אזוי קען מען מצליח זיין, והבן למעשה.

#48 - מענטשן האבן ליב א שמייכלדיגער, א פרייליכער
שמחה, לימוד התורה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויקהל, י"ט אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


אז דו וועסט ארומגיין דערביטערט וועסטו גארנישט פארדינען, מענטשן וועלן אנטלויפן פון דיר; דיינע קינדער, דיין משפחה, חברים, אלע וועלן זיך דערווייטערן, מענטשן קענען נישט ליידן א זויערער, מענטשן האבן ליב א שמייכלדיגער, א פרייליכער; אז דו וועסט זיין פרייליך - וועסטו שטארק מצליח זיין, דיין משפחה וועט בליען, דיין פרנסה וועט זיין גוט, אויך וועסטו זוכה זיין צו אריינגיין צו די קדושה, ווייל צדיקים זאגן אז שמחה ברענגט דעם מענטש צו די העכסטע פלאץ.


פריי זיך אז דו ביסט א איד, אז דו האסט אמונה, פריי זיך מיט דיין בארד און פיאות, פריי זיך מיט דיין מזוזה, מיט דיין תפילין. מאך זיך א חשבון ווי אנגעפילט דו ביסט מיט מצות און מעשים טובים, אנטלויף פון עצבות און מרה שחורה. זיי זיך מחי' מיט די ברכה שלא עשנו גוי, דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם אז מיר זענען אידישע קינדער.


היינט איז די יארצייט פון דעם צדיק רבי יוסף חיים זאנענפעלד זכותו יגן עלינו, דער ירושלימ'ער רב. ער האט דערציילט א מעשה וואס ביי אונז ברסלב'ע חסידים האט מען דאס נישט געוויסט, אז דער הייליגער רבי אלס קינד איז איינמאל אהיים געקומען פון חדר וויינען אז זיין רבי האט אים געשלאגן ווייל ער האט אויסגעלאזט די ברכה שלא עשנו גוי, פרעגט אים דער טאטע: "פארוואס טאקע האסטו אויסגעלאזט די ברכה?" זאגט דער רבי: "גלייך אינדערפרי נאכן זיך אפגיסן נעגל וואסער האב איך געמאכט די ברכה אז איך בין נישט קיין גוי"; ווייל מיט דעם דארף מען זיך גלייך מחיה זיין, גלייך ווען מען שטייט אויף אינדערפרי דארף מען אויסשרייען: "שכוח אייבערשטער איך בין א איד!"


מאך דיר א שיעור אין גמרא און משניות, זאג די ווערטער פון די הייליגע גמרא און משניות, דאס וועט דיך מטהר זיין פון טומאת מת, פון ניאוף, פון אלע עבירות. דעם קומענדיגן שבת גייען מיר ליינען פרשת פרה, זיך רייניגן פון טומאת מת. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עד): "אַחַר פּוּרִים קוֹרִין פָּרָשַׁת פָּרָה" נאך פורים ליינט מען די פרשה פון פרה, "שֶׁהִיא הֲכָנָה לְפֶסַח", מיט דעם גרייט מען זיך צום יום טוב פסח, "כִּי פָּרָשַׁת פָּרָה קוֹרִין כְּדֵי שֶׁיִּהְיוּ נִזְהָרִין לִטָּהֵר מִטֻּמְאַת מֵת", מען ליינט די פרשה מען זאל זיך אכטונג געבן נישט צו ווערן אומריין, "כְּדֵי שֶׁיִּהְיוּ טְהוֹרִין לַעֲשׂוֹת הַפֶּסַח", מען זאל זיין ריין צו קענען ברענגען דעם קרבן פסח, דורך לערנען און דאווענען, "וּנְשַׁלְּמָה פָרִים שְׂפָתֵינוּ", ווייל דורך לערנען און דאווענען ווערט מען גערייניגט פון טומאת מת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#47 - דער וואס דארף גארנישט, דער האט אלעס
התחזקות, אשר בנחל, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


עס איז געווען זייער א שיינעם שבת אין ישיבה, מען האט זיך מחזק געווען מיט דעם הייליגן רבינ'ס התחזקות, מיר האבן גערעדט ביי שלש סעודות פון וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן שח), אז עס פינקט פארקערט ווי מענטשן מיינען, אז דער וואס האט אלעס - דער האט, און דער וואס האט נישט - דעם פעלט, עס איז פינקט פארקערט, דער וואס דארף גארנישט - דער האט אלעס. דאס איז פשט וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ד): "וְחַיֵּי צַעַר תִּחְיֶה, וכו', אִם אַתָּה עֹשֶׂה כֵן, אַשְׁרֶיךָ וְטוֹב לָךְ, אַשְׁרֶיךָ בָּעוֹלָם הַזֶּה וְטוֹב לָךְ לָעוֹלָם הַבָּא", ווי קען זיין 'וטוב לך לעולם הזה' - ווען מען האט גארנישט? מילא 'וטוב לך לעולם הבא' – פיין, אבער אז מען עסט א שטיקל ברויט מיט זאלץ און מען טרינקט אביסל וואסער וכו', אויף אזא איינעם זאגסטו 'וטוב לך לעולם הבא'?! זאגט דער רבי, ווי מער א מענטש האט און ווי מער א מענטש וויל באקומען די וועלט - אלץ מער פעלט אים און אלץ מער צער און יסורים גייט מען אריבער; נישטא קיין עולם הזה, נאר אז מען לויפט צום אייבערשטן און צו די תורה און מען אנטלויפט פון די וועלט - דעם איז גוט.


מיט דעם קען מען פארשטיין וואס שטייט אין פסוק (בראשית כד, א): "וַה' בֵּרַךְ אֶת אַבְרָהָם בַּכֹּל", דער אייבערשטער האט געבענטשט אברהם 'בכל', מיט אלעס, און די הייליגע חכמים זאגן (בבא בתרא יז.): "שְׁלֹשָׁה הִטְעִימָן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בָּעוֹלָם הַזֶה מֵעֵין הָעוֹלָם הַבָּא", דריי האבן זוכה געווען צו האבן אויף דער וועלט מעין עולם הבא: אברהם, יצחק און יעקב; ביי אברהם שטייט (בראשית כד, א): "וַה' בֵּרַךְ אֶת אַבְרָהָם 'בַּכֹּל'"; ביי יצחק שטייט (שם כז, לג): "וָאֹכַל 'מִכֹּל'", און ביי יעקב שטייט (שם לג, יא): "וְכִי יֶשׁ לִי 'כֹל'"; אז מען טראכט אריין זעט מען אז די הייליגע אבות זענען דורך שווערע ביטערע נסיונות, איז וואס זאגט מען זיי האבן געהאט אלעס? נאר וואס דען, ווען מען לעבט מיטן אייבערשטן, מען דארף גארנישט, מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון די רצון השם - דער האט אלעס, דער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ה, ג): "עֲשָׂרָה נִסְיוֹנוֹת נִתְנַסָּה אַבְרָהָם אָבִינוּ", דער אייבערשטער האט אויספרובירט די אבות מיט ביטערע שווערע נסיונות, "וְעָמַד בְּכֻלָּם", זיי האבן נישט געהאט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, דערפאר האבן זיי געהאט בַּכֹּל, מִכֹּל, כֹּל. אזוי ווי דער רבי האט דערציילט די מעשה פונעם הייליגן 'תם' (סיפורי מעשיות, מעשה ט) וואס האט גארנישט געהאט און אין די זעלבע צייט אלעס געהאט, ער איז שטענדיג פרייליך געווען, ער האט געהאט אלע פיינע מאכלים און משקאות, און אלע סארט קליידער וכו'.


מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים, מאך זיך א שיעור אין ספר אשר בנחל, וועסטו נישט זיין בקטנות הדעת, דו וועסט אנהויבן שפירן ווי דו האסט בכל מכל כל, דו וועסט שפירן טעם עולם הבא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#46 - אויסגעפרואווטע מעטאדן צו העלפן מענטשן
תודה והודאה, חיזוק פאר פרויען, נקודות טובות, טערעפי

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת וירא, י"ב מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זאג דיין ווייב זי האט א גרויסע מצוה פון אויסהערן פרויען, אבער דאס קען מען נאר טון בתנאי אז זי וועט זיי מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן, און אז א ווייבל רעדט זיך אויס וואס זי גייט אריבער אין שטוב זאל זי נישט אויפפלאמען די פייער, נאר גיסן וואסער און בארואיגן.


ווען פרויען רעדן זיך אויס אויפן מאן, זאל זי ארבעטן מיט "מעטאד נומער 4", דוד המלך זינגט אין זיינע גרעסטע צרות, "מזמור לדוד", א געזאנג צו דוד, "בצר", אין די צרה, רבונו של עולם - "הרחבת לי", מאכסטו מיר אזוי גוט; עס ריפט זיך "מעטאד נומער פיר" ווייל דאס איז קאפיטל ד'.


עס איז דא וואס רופן דעם מעטאד "מעטאד נומער 195", ווייל אין לקוטי מוהר"ן סימן קצה, דארט איז דער רבי מגלה די היילונג ווי אזוי מען קען זיך אויסהיילן, ווי אזוי מען קען ארויסגיין פון 'נעגעטיווע ענערדזשי', צו 'פאזעטיוו ענערדזשי'. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קצה): "כִּי אִם יִסְתַּכֵּל הָאָדָם עַל חַסְדֵּי ה'", אז דער מענטש וועט קוקן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אים, "יִרְאֶה", וועט ער זען "שֶׁאֲפִלּוּ בְּעֵת שֶׁהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מֵצֵר לוֹ", אז אפילו אין די צרה, אפילו ווען עס איז אים אזוי ענג, "גַּם בְּהַצָּרָה בְּעַצְמָהּ", אפילו אין די צרה – "הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ מַרְחִיב לוֹ", איז עס נאך מיט גרויסע חסדים, "וּמַגְדִּיל חַסְדּוֹ עִמּוֹ", און דער אייבערשטער טוט מיט אים אזויפיל גוטס.


נאר מיט די עצות פון רבי'ן קען מען אויסהיילן מענטשן, נאר מיט די עצות פון רבי'ן מעג מען אויסהערן צרות ישראל, אז נישט קען מען סיי יענעם שעדיגן און מען קען אליין אויך גוט צעדרייט ווערן פון הערן צרות ישראל, די אלע מטפלים ווערן נעבעך אזוי צעדרייט פון הערן פראבלעמען השם ישמרינו; דעריבער נאר אז מען לערנט אסאך דעם רבינ'ס ספרים, בפרט ספר אשר בנחל, און מען הערט שיעורים פון רבינ'ס דיבורים - קען מען העלפן אלע צעבראכענע הערצער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - דער אייבערשטער ערווארט נישט פון אונז צו זיין ווי יענעם
חיזוק פאר פרויען, עבודת השם, נקודות טובות, תפילה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך וויל אייך פאררעכטן מיט א קלייניקייט, עס איז נישט גוט די תפילה וואס איר בעט פונעם אייבערשטן אז איר זאלט זיין אזוי ווי ..., דאס איז נישט קיין גוטע תפילה; וואס ווייסט איר וואס די פרוי גייט אריבער, אפשר ליידט זי צרות השם ישמרינו? און אפילו זי ליידט נישט - וואס דארפט איר זיין ווי איר? דאס איז נישט וואס דער אייבערשטער ערווארט פון אונז, זיין ווי יענעם.


דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "מען וועט מיר נישט שמייסן אין הימל פארן נישט זיין ווי מיין ברודער דער הייליגער רבי ר' זושא פון אניפולי, מען וועט מיך שמייסן פארוואס בין איך נישט געווען ווי מילך"; אין די ווערטער ליגט אזויפיל חכמה, אזויפיל אמת; נישט וועלן נאכאמאכן אנדערע, נישט וועלן זיין ווי אנדערע.


דאס איז פון די יסודות אין ברסלב. דער רבי האט אונז דערציילט די מעשה פון דעם חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט) ווי דער תם האט געהאט א גוט לעבן און איז שטענדיג געווען פרייליך. ער איז געווען א שוסטער, ער פלעגט ארבעטן זייער שווער צו פאבריצירן שיך. ער פלעגט זיך מחי' זיין מיט די שיך, ער פלעגט זאגן: "וואס פאר א שיינקייט, וואס פאר א וואוילקייט דאס שיכעלע איז", "וואס פאר א זיסקייט דאס שיכעלע איז", "וואס פאר א האניג'דיג, וואס פאר א צוקערדיג שיכעלע - דאס איז"; זיין ווייב האט אים געפרעגט: "פארוואס אנדערע שוסטערס נעמען דריי גילדן פאר א פאר שיך און דו נעמסט נאר א האלבן טאלער?" האט איר דער תם געענטפערט: "וואס האט דאס צו טון מיט מיר? דאס איז יענעמ'ס מעשה און דאס איז מיין מעשה, לאמיר מאכן א חשבון וויפיל איך פארדין פון דעם שיך", איך האב מרוויח געווען צען גראשן, איז וואס זאל מיר ארן אז איך האב פארדינט עפעס ריווח מיד ליד?


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#44 - טאנץ פאר שמחה אז דו ביסט א איד
שמחה, נקודות טובות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת בלק, י"ב תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


טאנץ פאר שמחה אז דו ביסט א איד און אז דו טוסט אן תפילין; וואס דארף מען מער פון דעם? וואס איז נאך דא צו זיין צעבראכן?


מוהרא"ש דערציילט, א איד אין די אכציגער יארן איז אמאל געקומען צום צדיק הרב הקדוש רבי אברהם קאליסקער זכותו יגן עלינו און געוויינט: "רבי, עס איז מיר נמאס דאס לעבן איך וויל שטארבן!" האט אים דער הייליגער רבי אברהם קאליסקער געזאגט: "ביסט א גרויסער טיפש פארן זאגן אזוי, ווייל עס לוינט זיך צו לעבן אכציג יאר אבי צו לייגן תפילין איינמאל אין לעבן, און דו ווילסט שטארבן?"


היינט נאכט וועט זיין די וועכנטליכע ליל שישי שיעור, זיי נישט פויל, קום צום שיעור, לאמיר זיך באנוצן מיט אונזערע אוצרות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - עס איז אן איסור גמור זיך פיינט צו האבן
התחזקות, עבודת השם, נקודות טובות, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


הגם מיר האבן שוין גערעדט, דאך שפיר איך אז איך דארף דיר שרייבן נאך אביסל חיזוק אין דעם פרט.


טייערער ליבער ברודער דער אייבערשטער האט דיך זייער ליב, און יעדע מצוה, יעדע זאך וואס דו טוסט פאר עבודת השם - איז זייער זייער חשוב, און זיי נישט מקנא אנדערע, אפילו ביי עבודת השם טאר מען נישט מקנא זיין אנדערע כאילו זיי גייט עס און מיר גייט עס נישט, נאר איין זאך דארף מען מקנא זיין; דער ערליכן איד וואס מען פרובירט אים אויס, מען פרעגלט אים מיט יסורים און דאך בלייבט ער ביים אייבערשטן, דאך האט ער נישט קיין קשיות און תרעומות; נאר דאס דארף מען מקנא זיין, אבער דאס אז זיי האבן נישט געטון קיינמאל קיין שלעכטס און זיך אראפקלאפן אז איך האב יא געטון שלעכטס, און אזויפיל מאל פוגם געווען וכו' וכו' – דאס איז נישט גוט, דאס ברענגט יאוש רחמנא לצלן; טראכט 'אדרבה, איך האב אזויפיל פוגם געווען און דאך טו איך תשובה, און איך וועל נאכאמאל פרובירן, בין איך אויף א פיל העכערע דרגא', אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות לד:): "מקום שבעלי תשובה עומדין צדיקים גמורים אינם עומדין", די בעלי תשובה קומען אן זייער הויך.


טייערער ברודער, דערצייל פארן אייבערשטן אלע דיינע נפילות, עבירות וכו', דערצייל אים ווי אזוי אלעס האט זיך אנגעהויבן, און בעט אים ער זאל דיר מוחל זיין, און נאכדעם דארפסטו מסיח דעת זיין פון די אלע זאכן און גלייבן באמונה שלימה אז דער אייבערשטער האט מקבל געווען דיין תשובה און איז דיר מוחל במחילה גמורה.


אזוי זאלסטו טון יעדן טאג אינדערפרי, זאלסט איבערבעטן דעם אייבערשטן, אים דערציילן נאכאמאל אלעס, זיך מתוודה זיין מיט ווידוי דברים, ביז אלע עבירות וועלן ארויסגיין פון דיר.


טייערער ברודער, קלאפ זיך נישט אראפ. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תנג): "אָט וִוי אִיר זֶעט מִיר; אִיךְ זָאל חַס וְשָׁלוֹם עוֹבֵר זַיין דִי גְרֶעסְטֶע עֲבֵרָה וָואלְט דָאס מִיר גָארְנִישְׁט אַרָאפּ גֶעוָוארְפְן, אִיךְ וָואלְט נָאךְ דֶעם גֶעוֶוען אַזוֹי אֵיין עֶרְלִיכֶער יוּד וִוי פְרִיעֶר, דֶערְנָאךְ וָואלְט אִיךְ תְּשׁוּבָה גִיטָאן", וואלט איך געטון א גרויסע עבירה וואלט מיר די עבירה נישט אראפגעווארפן, איך וואלט תשובה געטון און ווייטער געדינט דעם אייבערשטן; דער רבי האט דאס געזאגט פאר אונז, מיר זאלן וויסן ווי אזוי זיך צו דערהאלטן, ווי אזוי אנצוגיין ווען מען זעט ווי מען האלט און איין אראפפאלן; מיר זאלן תשובה טון און זיך נישט קלאפן, און חס ושלום זיך פיינט האבן.


טייערער ..., עס איז אן איסור גמור זיך פיינט צו האבן, און עס איז א ליגנט צו טראכטן 'דער אייבערשטער האט מיך נישט ליב, חס ושלום', די אלע מחשבות פיגול זענען נישט פון די סטרא דקדושה, עס איז פון די סטרא אחרא וואס האט פיינט דעם מענטש און וויל אים אויסרייסן פון ביידע וועלטן; ווייל דער אייבערשטער האט אונז ליב, ער האט ליב יעדן איד; און ווען א איד טוט תשובה, ער האט חרטה אויף זיינע נישט גוטע מעשים - איז דער אייבערשטער מקבל די תשובה און האט אויף אים רחמנות, און דאס ליבשאפט איז אין לשער.


לערן די מעשה פונעם חכם ותם (ספורי מעשיות, מעשה ט), ווי דער רבי לערנט אונז א וועג אין לעבן ווי מען קען לעבן א חיים טובים דורך נישט קוקן אויף אנדערע מענטשן, דאס איז מיין מעשה און דאס איז דיין מעשה, און גלייב באמונה שלימה אז די אנדערע וועם דו ביסט מקנא - קענען נישט מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן מיט זאכן וואס דער אייבערשטער האט פון דיר א נחת רוח, קלאפ זיך נישט אראפ, אזוי וועסטו קענען אויפלעבן דיינע קינדער; ווייל אז מען איז אליין ביי זיך א צעקלאפטער - ווי קען מען אויפבויען א שטוב... א צעקלאפטער - צעקלאפט אנדערע, און א פרייליכער – מאכט פרייליך אנדערע.


גלייב מיר, איך האב נאכנישט אנגעהויבן שרייבן, עס איז דא אזויפיל חיזוק אין רבינ'ס ספרים, אין די ספרים פון מוהרנ"ת, מוהרא"ש; חיזוק אויף דעם פרט פון זיך נישט קלאפן מיטן עבר, און זיך נישט קלאפן מיט קוקן אויף חברים ווי זיי זענען אזוי מצליח ברוחניות. מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים און טו די עצות – וועסטו זוכה זיין צוצוקומען צו שיינע זאכן.

#42 - א פרישע הערליכע זומער זמן
כולל, קעמפ, נקודות טובות, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת קרח, כ"ו סיון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


נעכטן האט זיך אנגעהויבן דער זומער זמן, איך בין געזיצן מיט די בחורים אין מחנה אילן החיים אין די וואלד צווישן די ביימער, געלערנט מיינע שיעורים כסדרן אפאר שעה, עס איז ממש טעם גן עדן. איך שפיר זיך מיט די בחורים אזוי ווי פופצן יאר צוריק ווען מען האט געעפנט די ישיבה, מיט די זעלבע התחדשות; איך האב הנאה צו זיין מיט זיי, לערנען מיט זיי, שמועסן מיט זיי פון רבי'ן און פון יראת שמים.


אויך בין איך יעדן אינדערפרי אין כולל, איך לערן מיט די כולל אינגעלייט טור בית יוסף. יעצט לערנט די כולל הלכות שבת; סימן שא, הלכות פון הוצאה. איך האב מיך אזוי מחי' געווען, די אינגעלייט לערנען מיט אזא קלארקייט, מיט אזא ישוב הדעת. נעכטן האבן מיר געלערנט די הלכה פון טלית מקופלת, זיי קענען גוט די סוגיא, זיי זענען גוט אויסגעקאכט אין דעם, ממש צו באוואונדערן.


אויך איז דא די שיעור יעדן אינדערפרי נאכן דאווענען שחרית הינטן אין וואלד צווישן די ביימער, עס איז דא אסאך אינגעלייט וואס האלטן מיט די שיעור גמרא. איך האב פון דעם נחת, צו זען ווי מוהרא"ש'ס ארבעט גייט נישט לאיבוד; מוהרא"ש האט אזויפיל געאקערט אין אונז מיר זאלן לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, דער גאנצער טאג איז אנדערש ווען מען לערנט גמרא.


שבועות האב איך געבעטן דעם אייבערשטן איך וויל ווייטער ענדיגן שרייבן דעם פירוש 'שפתי תפתח' אויפן ליקוטי מוהר"ן, א פירוש אין אידיש; ברוך ה' איך האב יעצט געענדיגט סימן ד'. איך לייג אריין יעדן טאג אפאר שעה אין דעם; דאס לערנען און דאס אפשרייבן אין אידיש אויף למעשה, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט; נאר מחדש זיין חידושים אויף למעשה.


איך בעט דיר זייער זאלסט זיך פרייען מיט דעם אז דו ביסט א איד און נישט קיין גוי, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן י) אויב מען האט א חיות און א שמחה פון דעם פרט - פון דעם קען מען נישט פאלן, ווייל וואס עס זאל נאר זיין, וואס עס זאל נאר איבערגיין אויף דיר - בלייבט מען ווייטער פרייליך, אז 'א איד בין איך, און א גוי בין איך נישט'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.