בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת ואתחנן, י"ב מנחם-אב, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד הכלה ... תחי'.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מזל טוב פאר דיין שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל מיט ערליכע אידישע דורות לשם ולתפארת.
וואס הייסט דו ביסט ברוגז פאר'ן ענטפערן אויפן שידוך "יא"? אז דו האסט זיך מיט אים געטראפן איינמאל און נאכאמאל און דו האסט מיט דיין אייגענע ווילן געענטפערט "יא", און מען האט געמאכט א לחיים, - וואס איז שייך יעצט צו זאגן אז דו ווילסט נישט ווייטער גיין מיט'ן שידוך וועגן זיין אויסזען, אז ער זעט אויס צו א גרויסער חאניאק וכדומה?
איך וויל וויסן וואס איז פשט פון ענטפערן "יא" און א מינוט נאכדעם זאגן "ניין"; דו ברענגסט נישט ארויס אינעם בריוו קיין שום סיבה פאר'ן וועלן אפלאזן א שידוך, סתם צו זאגן אז ער איז א חאניאק וכו', דאס האסטו דאך געזען פאראויס און דאך ביסטו איינגעגאנגען אויף דעם.
עס איז זייער א שווערע שאלה צו ענטפערן, איך וואלט ווען געדארפט הערן מער פרטים פון דיר.
פון אויסנווייניג זאג איך דיר אז נישט אלעס איז דאס אויסזען פונעם מענטש. ווען דער אייבערשטער האט געזאגט פאר שמואל הנביא ער זאל גיין זאלבן א קעניג פאר די אידן - איינער פון ישי'ס קינדער, און ער האט געזען אליאב - ישי'ס עלסטער קינד, האט ער געטראכט צו זיך: 'ער איז זיכער דער קומענדיגע קעניג', ווייל אליאב איז געווען א שיינער מענטש און א געבויטע געשטאלט, שטייט דארט אז דער איבערשטער האט געזאגט פאר שמואל הנביא (שמואל-א טז, ז): "אַל תַּבֵּט אֶל מַרְאֵהוּ", קוק נישט אויף זיין שיינע אויסזען, "וְאֶל גְּבֹהַּ קוֹמָתוֹ", און קוק נישט אויף זיין שיינע געבויטע געשטאלט, "כִּי מְאַסְתִּיהוּ", ווייל איך האב אים פאר'מיאוס'ט צו זיין קעניג.
חכמינו זכרונם לברכה דערציילן אויף אים אז ער איז געווען א כעסן (פסחים סו:), פון אינדרויסן האט מען דאס נישט געזען; פון אינדערויסן האט ער אויסגעזען ווי דער שענסטער בחור. האט דער אייבערשטער געזאגט: "כִּי לֹא אֲשֶׁר יִרְאֶה הָאָדָם, כִּי הָאָדָם יִרְאֶה לַעֵינַיִם וַה' יִרְאֶה לַלֵּבָב", א מענטש זעט אנדערש, דער מענטש זעט נאר וואס די אויגן זעען אבער דער אייבערשטער זעט די הארץ.
אז דיינע עלטערן האבן זיך גוט נאכגעפרעגט אויף דעם בחור און זיי זאגן אז ער איז א גאלדענער בחור און דו אליינס ביסט געזיצן מיט אים אפאר שעה און דו האסט מסכים געווען צום שידוך, איז וואס איז יעצט פלוצלינג געשען אז דו עקלסט זיך פון אים?
איך ווארט דאס אויסצושמועסן מיט אייך.