בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת תצוה, ט' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס איז בכלל דיין שאלה? אודאי דארף מען מחנך זיין קינדער צו דאווענען; פון ווען זיי זענען קליינע קינדער דארף מען זיי מחנך זיין צו דאווענען. אפגערעדט דיין זון וואס ער איז שוין עלף יאר, ער איז א גרויס קינד, נאר אפילו קליינע קינדער, קינדער פון פינף זעקס יאר - דארף מען שוין מחנך זיין צו דאווענען.
וויסן זאלסטו אז עס איז זייער א גרויסע זאך צו ברענגען קינדער אין שול, זיי זאלן אויפוואקסן מיט'ן שול, דאס זאל זיין א חלק פון לעבן. אבער מען דארף וויסן אז מען קען נישט ברענגען קינדער און שול און זיי לאזן שפילן אינדרויסן וכו', מען דארף אכטונג געבן אויף די קינדער זיי זאלן דאווענען און אויסהערן דאס ליינען, הגדול לפי גדלו והקטן לפי קטנו; קליינע קינדער, פיר יעריגע קינדער רופט מען אריין צו קדושה און כתר, גרעסערע קינדער דארפן שוין דאווענען וואס זיי דאווענען אין חדר, און ווען זיי ווערן נאך גרעסער - ניין יעריגע, צען יעריגע - דארפן זיי שוין מיטהאלטן דאס גאנצע דאווענען און אויך אויסהערן קריאת התורה. אז מען איז מחנך די קינדער פון ווען זיי זענען נאך יונג וועט מען זען שיינע פירות שפעטער.
וויסן זאלסטו אז קינדער ווען זיי ווערן עלטער איז שווער זיי צו טוישן, די צייט פון חינוך איז ווען זיי זענען יונג דעמאלט הערן זיי אויס; שלמה המלך זאגט (משלי יג, כד): "חוֹשֵׂךְ שִׁבְטוֹ שׂוֹנֵא בְנוֹ, וְאֹהֲבוֹ שִׁחֲרוֹ מוּסָר", ווער עס האט ליב זיין קינד איז ער אים מחנך בדרך התורה; ווידעראום ווער עס איז נישט מחנך די קינדער, ער שוינט זיינע קינדער, וועלן זיי אראפ גיין פון אידישן וועג. אזוי ווי מיר זעען ביי אברהם אבינו, ער האט געזען זיין זון ישמעאל קומט אהיים מיט א צלם און ער שפילט זיך דערמיט, ער האט אים געשוינט און גארנישט געזאגט, האט ער אים געמוזט שפעטער פארטרייבן פון שטוב ער זאל נישט קאליע מאכן זיין ברודער יצחק, אויך זעען מיר, עס שטייט (בראשית כה, כח): "וַיֶּאֱהַב יִצְחָק אֶת עֵשָׂו כִּי צַיִד בְּפִיו", יצחק האט ליב געהאט עשו, ער האט אים נישט מחנך געווען, ער האט אים געלאזט טון וואס ער האט געטון, צום סוף איז ער ארויס לתרבות רעה, ווייל ווען מען איז נישט מחנך די קינדער ווען זיי זענען נאך יונג איז זייער ביטער ביים סוף. עס איז כדאי דו זאלסט נאכקוקן דעם מדרש (שמות רבה, א; תנחומא שמות, א) וועסטו זען ווי ער רעכנט אויס נאך מעשיות פון אבשלום און אדוניה – די קינדער פון דוד המלך, וואס דוד המלך האט זיי נישט מחנך געווען, און וואס עס איז געווען מיט זיי. פון די אנדערע זייט זעט מען אז אברהם אבינו האט מחנך געווען יצחק, און יצחק אבינו האט מחנך געווען יעקב און אזוי ווייטער, דורכדעם זענען זיי געווארן גרויסע צדיקים און מען האט געהאט פון זיי אסאך נחת.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.