בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת במדבר, כ"ט אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
דאנקט דעם אייבערשטן אויף די מתנה וואס איר האט באקומען, אזא טייערער מאן; א תלמיד חכם און א ירא שמים מיט אויסטערלישע מדות.
נישט יעדער איז זוכה צו האבן א מאן מיט אלע מעלות, איינער באקומט א בעל מידות אן יראת שמים, איינער באקומט א ירא שמים אבער א שלעכטער, און אזוי ווייטער; איר האט א מאן מיט אלע מעלות.
בנוגע וואס איר פרעגט, וואס איר זאלט טון ווען פרויען זאגן אייך וכו'; עס איז מיר א גרויסע וואונדער צו הערן ווי נאריש מענטשן זענען, צו גיין רעדן צו א פרוי פון אלטע מעשיות וואס דער מאן איז אריבער. איך זאג אייך, ווען איך האב געליינט אייער בריוו איז מיר פשוט שלעכט געווארן צו הערן אז פרויען האבן נישט וואס צו טון נאר רעדן צו אייך פון אייער מאן'ס עבר, פון זיין פריערדיגע שידוך, ה' ישמרינו. איך בעט אייך, אויב איז דאס פרויען תלמידות פון מיין סקול וויל איך וויסן ווער די נארישע פרויען זענען; עס ליגט אויף מיר זיי צו מחנך זיין, איז דאס אנדערע פרויען - בין איך דאך נישט פאראנטווארטליך.
אייך זאג איך, די אלע מחשבות וואס קומען אייך אריין וכו' וכו' - איז נאר פונעם יצר הרע, דאס איז נאר צו שטערן די ליבשאפט וואס איז דא צווישן אייך און אייער מאן; איך זאג אייך נאכאמאל וואס איך האב אייך געזאגט פאר'ן שידוך: "איר זענט די ערשטע ווייב פאר אייער מאן"; ער איז נישט געווען חתונה געהאט, ער איז פשוט אריינגעפאלן וכו'. אזוי האט דער אייבערשטער געמאכט, מיר ווייסן נישט דעם אייבערשטנ'ס דרכים, בפרט אין דער ענין פון שידוכים.
דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אויף די חסדים, אז איר האט א מאן אן ערליכער איד. איר קענט זיך נישט פארשטעלן וויפיל טייכן טרערן פרויען פארגיסן שטילערהייט אז זיי זאלן אויך האבן א מאן אן ערליכער איד. נישט אלעס וואס זעט אויס גלאנצעדיג פון אינדרויסן איז טאקע גלאנצעדיג, נישט יעדע פרוי וואס שמייכלט - מיינט אז עס גייט איר גוט. עס זענען דא אזוי סאך צעבראכענע הערצער, און אז איר האט א מאן א תלמיד חכם - דארפט איר נאר דאנקען דעם אייבערשטן, און בעטס פאר אייערע דורות זיי זאלן אויך זיין ערליכע אידן.