בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דארפסט נישט אפגעבן דין וחשבון פארוואס ביסט נישט געקומען צו א שמחה
משפחה, שמחות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת בא, ראש חודש שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז בכלל דיין פראגע? אודאי קומט צו גיין וכו' פאר א משפחה שמחה; חס ושלום אפשטופן וכו'. דו דארפסט קיינעם נישט אפגעבן דין וחשבון פארוואס איר זענט נישט געקומען אנטייל נעמען אין די שמחה, דאס איז פריוואט צווישן דיר און דיין ווייב; זיכער זאל דיין ווייב גיין וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן די שכינה זאל רוען צווישן אייך.