בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות מסעי, כ"א תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
ביסט א גרויסער רחמנות, דו האסט נישט קיין שכל; ווייל אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה, א ווייב - דארפסטו איר מכבד זיין און רעדן שיין, ווייך און הארציג צו איר, און אז זי שרייט אויף דיר און זי טוט פארקערט ווי דיר - איז דאס נישט קיין ענטפער אויף ווי אזוי דו פירסט זיך אויף.
קוק ווי אזוי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה האבן זיך געפירט אין שטוב מיט זייער ווייב. דער הייליגער רבי חייא האט געהאט א שווערע שטוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (יבמות סג.): "רֶבִּי חִיָיא הַוָה קָא מְצַעֲרָא לֵיהּ דְבִיתְהוּ", רב חייא'ס ווייב פלעגט אים זייער אסאך מצער זיין, מיט דעם אלעם: "כִּי הַוָה מְשַׁכַּח מִידִי, צִיֵּיר לֵיהּ בְּסוּדְרֵיהּ וּמַיְיתֵי נִיהֲלֵהּ", ווען ער פלעגט זען א גוטע זאך וואס זיין ווייב האט ליב, פלעגט ער דאס אהיימברענגען פאר איר, האט רב געפרעגט רבי חייא: "איך פארשטיי נישט, פארוואס ברענגסטו איר אייביג אהיים גוטע זאכן, זי איז דאך דיר מצער?!" האט אים רבי חייא געענטפערט: "דַּיֵּינוּ שֶׁמְגַדְלוֹת בָּנֵינוּ, וּמַצִּילוֹת אוֹתָנוּ מִן הַחֵטְא", מיר איז גענוג אז זי ציט אויף די קינדער און זי ראטעוועט מיך פון עבירות; זעט מען פון דעם ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן צו מכבד זיין די ווייב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.