בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת חיי שרה, י"ט חשון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך בעט דיר זייער, שטארק זיך ווייטער מיט דיין הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן די הייליגע זיסע עצות פון רבי'ן אין גאנץ ארץ ישראל.
געב א קוק, וואס האט אברהם אבינו געטון? "וְהוּא יֹשֵׁב פֶּתַח הָאֹהֶל כְּחֹם הַיּוֹם (בראשית יח, א)", ער איז געזיצן אינדרויסן, ער האט געזוכט מענטשן מיט וועם ער וועט קענען טון חסד, געבן עסן און זיי מקרב זיין צו די אמונה.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן: (שבת קכז.): "גְדוֹלָה הַכְנָסַת אוֹרְחִים" די מצוה פון הכנסת אורחים איז גרעסער "מִקַּבָּלַת פְּנֵי הַשְּׁכִינָה", פון מקבל זיין די שכינה; אזוי ווי מיר געפינען אז אברהם אבינו האט געזאגט פאר'ן אייבערשטן (בראשית יח, ג): "אַל נָא תַעֲבֹר מֵעַל עַבְדֶּךָ" איך גיי ארויס פאר אפאר מינוט צו מקרב זיין מענטשן; טראכט אריין, ווען דו האלסט ביי אזא מדריגה אז דער אייבערשטער אליינס קומט צו דיר אין שטוב, וואס וואלסטו געטון? וואלסט נישט געגאנגען צו קיינעם, נישט גערעדט מיט קיינעם נאר געבליבן אין שטוב, אבער די תורה לערנט אונז אנדערש, די תורה לערנט אונז אז הפצה איז א גרעסערע זאך ווי זיצן אין שטוב מיט די שכינה, אברהם אבינו איז געווען אלט און שוואך נאכן זיך מל'ן, דאך איז ער געלאפן מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ספרי האזינו, פיסקא שיג): "עַד שֶׁלֹּא בָּא אָבִינוּ אַבְרָהָם לָעוֹלָם, כִּבְיָכוֹל לֹא הָיָה הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מֶלֶךְ אֶלָּא עַל הַשָּׁמַיִם בִּלְבָד, וְכוּ', אֲבָל מִשֶּׁבָּא אָבִינוּ אַבְרָהָם לָעוֹלָם - הִמְּלִיכוֹ עַל הַשָּׁמַיִם וְעַל הָאָרֶץ", ביז אברהם אבינו איז געקומען האט דער אייבערשטער געהייסן אלקי השמים (בראשית כד, ז), אלע האבן געוויסט אז עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט, נאר ער איז אויבן ווייט ווייט אין הימל, אבער אברהם אבינו איז געקומען און ער האט אריין געברענגט די אמונה אין אלעמען, ביז מען האט געוויסט אז עס איז אלקי הארץ (שם כד, ג).
שטארק זיך ווייטער מיט די הייליגע עבודה פון הפצה, קוק נישט אויף די וואס שפעטן אפ פון דעם; דו זאלסט פארשפרייטן די הייליגע עצות אין גאנץ ארץ ישראל לארכה ולרחבה וועסטו זוכה זיין צו אלע ברכות און ישועות.
איך ווייס נאך נישט פונקטליך ווען איך וועל זיין אין ארץ ישראל; איך וועל דיר לאזן וויסן ווען איך וועל זיין.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.