בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בהעלותך, ט"ו סיון, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
איך בעט דיר זייער דו זאלסט רעדן שיין צו דיין ווייב און איר געבן די געפיל אז זי איז דיין לעבן.
דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן אז דו האסט א וואוילע ווייב, זי איז מער ווי סתם א פרוי; זי איז דיר געטריי, זי איז איבערגעגעבן, זי וויל נאר דיר; זי וויל אויך שפירן פון דיר דאס זעלבע, אז דו האסט נאר איר.
אמת טאקע, דו העלפסט אין שטוב, דו ביסט געטריי צו איר, אבער זי שפירט זיך נישט זיכער מיט דיר, זי שפירט ווי דיין קאפ איז ערגעץ ווייט אוועק; אפילו ווען דו ביסט אין שטוב שפירט זי ווי דו ווילסט אלץ ארויסגיין, דו ווילסט ענדיגן העלפן כדי צו קענען אוועק גיין.
בעט איך דיר ליבער ... נרו יאיר, געב איר די הרגשה אז זי איז דיין לעבן, אז זי איז ביי דיר די ערשטע זאך און די לעצטע זאך.
דער הייליגער רבי האט אונז אזוי אנגעזאגט אז מיר זאל רעדן שיין אין שטוב און מכבד זיין די ווייב (שיחות הר"ן, סימן רסד); ווייל אז עס איז דא שלום אין שטוב איז די שכינה אין שטוב, און אז די שכינה איז אין שטוב איז דא א ברכה אין שטוב.
נאר דו וועסט מרויח זיין אז דיין ווייב וועט זיין רואיג; מען קען זען אויף די פנימ'ער פון אינגעלייט צי זייער שלום בית איז אין ארדענונג, די אלע וואס האבן ליכטיגע פנימ'ער, די אלע וואס זענען פרייליכע – די אלע האבן שלום בית, און די וואס גייען ארום מיט די נאז אראפ, על פי רוב איז דאס ווייל זיי פארשטייען זיך נישט אין שטוב מיט די ווייב.
נאכאמאל טייערער ... נרו יאיר, קוק אויף דיין ווייב ווי דו קוקסט אויף דיין לעבן, ווייל זי איז טאקע דיין לעבן; דורכדעם וועסטו זיין פרייליך און רואיג.
גיי אביסל התבודדות יעדן טאג, שמועס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן; דערצייל פאר'ן אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט, דערצייל אים דיינע שוועריקייטן – וועסטו זוכה זיין צו ווערן א גרויסער צדיק.
איך פריי זיך אז דו ברענגסט נישט אהיים דיין טעלעפאן.