בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
אז דו גייסט אריבער שווערע ביטערע נסיונות - דארף דאס דיר מחזק זיין, ווייל ווען אלעס גייט ווי מען וויל - דארף מען מורא האבן 'אפשר בין איך נישט ביי די קדושה?'
מוהרא"ש דערציילט, אין די פאר יאר ווען ער האט נישט געקענט פארן אין ארץ ישראל, ווען די ערב רב האבן אים געוואלט געבן זעכצן יאר תפיסה איז ער געגאנגען צום ציון פון דעם רבי'ן זכותו יגן עלינו פון סאטמער און ער האט זייער געוויינט אז ער האט אזויפיל יסורים פון די רדיפות וכו', שפעטער ביינאכט האט זיך מוהרא"ש גע'חלומ'ט ווי ער שטייט פארן רבי'ן פון סאטמער און דערציילט אים פון זיינע רדיפות, און דער רבי זכותו יגן עלינו האט אים געזאגט: "דאס איז די גרעסטע חיזוק פאר דיר, אז דו זעסט ווי שווער עס גייט דיר יעדע זאך - איז דאס א סימן אז דו ביסט פון די קדושה. ווען עס וואלט דיר אלעס געגאנגען גרינגערהייט וואלט מען געקענט טראכטן אויף דיר אז דו ביסט נישט פון די קדושה"; מוהרא"ש האט זיך אויפגעוועקט און זיך זייער מחזק געווען.
נעם דיינע שוועריקייטן און פון דעם נעם ארויס חיזוק אז דער אייבערשטער האט דיך ליב, אזוי ווי עס שטייט (משלי ג, יב): "כִּי אֶת אֲשֶׁר יֶאֱהַב ה' יוֹכִיחַ", דער אייבערשטער ברענגט די שוועריקייטן פאר דעם וועם ער האט ליב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.