בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת נצבים, כ"ה אלול, שנת תשע"ט לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.
דו האסט מיר געמאכט דעם חשבון אויף פען און פאפיר אז דו האסט נישט קיין געלט צו ענדיגן דעם חודש, דו קענסט זיך דעקן זייער מצומצם.
וואס מיינסטו, דער אייבערשטער האט בלויז איין וועג ווי אזוי דיר צו געבן פרנסה? הרבה דרכים למקום, דער אייבערשטער האט אסאך וועגן ווי אזוי צו העלפן דעם מענטש, מיר דארפן מקיים זיין דעם (מלשון הכתוב דברים טו, יח): "וּבֵרַכְתִּיךָ בְּכָל אֲשֶׁר תַּעֲשֶׂה", מיר דארפן מאכן מיט די הענט כאילו מיר שטעלן אליינס אויף דעם משכן און דער אייבערשטער אליינס איז דער וואס שטעלט אויף דעם משכן, דער אייבערשטער איז דער וואס געבט פרנסה.
איך בעט דיר זייער מיין טייערער ... נרו יאיר, נעם דעם רבינ'ס עצה, גיי אויף א שפאציר און וויין זיך אויס צום אייבערשטן, לייג אים פאר אלע דיינע קאסטן, זאג אים אלעס וואס דו דארפסט יעצט; א סוכה, נוי סוכה, ד' מינים, מתנה פאר די ווייב, סעודות יום טוב, וכו', וכו', - וועסטו זען נסים, עס וועט קומען פרנסה בריווח פון א פלאץ וואו דו האסט זיך נישט פארגעשטעלט אז עס וועט קומען.
אין שטעטל איז דאך ממש גן עדן התחתון, דארט איז גאר גוט זיך צו מתבודד זיין; הייב אן דיין טאג מיט התבודדות אויף די פרישע ריינע לופט און ענדיג דיין טאג מיט התבודדות.
א כתיבה וחתימה טובה.