בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין דיין נייעם פאסטן
הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שופטים, ד' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד הרב ר' ... שליט"א, דומ"ץ דקהילתינו הקדושה


זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו אז מיר זענען זוכה צו דעם טאג וואס די קהילה נעמט אויף א דיין וואס וועט מדריך זיין די קהילה, פסק'ענען שאלות און ענטפערן דבר ה' זו הלכה.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין ביי דיר וואס שטייט ביי דוד המלך (שמואל א' יח, יד): "וַיְהִי דָוִד לְכָל דְּרָכָו מַשְׂכִּיל וַה' עִמּוֹ", ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין צג:): "שהלכה כמותו"; זאלסט האבן סייעתא דשמיא אין אלע דיינע וועגן.


פון דיין ראש ישיבה.