בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וזאת הברכה א', ה' תשרי, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
עס טוט מיר וויי צו הערן וואס דו גייסט אריבער, און איך פריי זיך אז דו ביסט פעלזן פעסט, דו גייסט אן מיט דיין עבודת השם. דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; ווען עס גייט אריבער אויפן מענטש שווערע ביטערע יסורים און ער דערהאלט זיך, ער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן - דאס איז זייער חשוב ביים אייבערשטן.
איך בין נאך אפגעמאטערט פון די נסיעה פון אומאן, איך דארף מקצר זיין.
א גמר חתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.