בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת פנחס, י"ח תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער... נרו יאיר, קרית ברסלב
אונזער ארבעט איז ווי מער זיך אריין טון אין די אמונה גלייבן, וויסן און לעבן אז עס איז נישטא גארנישט אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן, דומם, צומח, חי, מדבר – אלעס איז אייבערשטער, אלעס איז א פארשטעלאכטס, א קלייד פונעם אייבערשטן, און קיין שום זאך פאסירט נישט אויף די וועלט נאר אויב ער באפעלט; א בלעטעלע פאלט נישט פון בוים אן דעם וואס דער אייבערשטער זאל הייסן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חולין ז): "אין אדם נוקף אצבעו", מען צעקלאפט זיך נישט די פינגער, "אלא אם כן מכריזין עליו מלמעלה", נאר אז מען האט אויסגערופן אין הימל אז פלוני אלמוני זאל כאפן א קלאפ.
נאך זאגן די הייליגע חכמים (יומא לח.): "בשמך יקראוך ובמקומך יושיבוך, אין אדם נוגע במה שמוכן לחבירו", קיינער קען נישט צונעמען א פרוטה וואס איז אנגעגרייט פארן חבר, "ואין מלכות נוגעת במלכות חברתה אפילו כמלוא נימא", קיינער קען נישט צונעמען פון א צווייטן נאר אז מען רופט אויס אין הימל.
נאך זאגן חכמינו זכרונם לברכה (ברכות נח.): "אפילו ריש גרגיתא", אפילו דער וואס איז ממונה צו ארבעטן ביי די סוער דיפארטמענט, א שמוציגע ארבעט – "מן שמיא מנו ליה", איז אויך פון הימל.
דאס איז מכפר אויף אלע עבירות, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות אמונה, סימן לג): "עַל יְדֵי אֱמוּנָה, הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא יִסְלַח לְךָ עַל כָּל עֲווֹנוֹתֶיךָ", דורך אמונה ווערט מען ריין פארן באשעפער.
געב איבער א יישר כח אין שטוב פארן העלפן אונזערע מוסדות, איך בין זייער מכיר טובה.