בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער וואס ברענגט מיר לשון הרע, איז נישט מיין פריינד
חיזוק פאר פרויען, לשון הרע, שכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע אייער שכנ'טע וואס מען דערציילט אייך אז זי בארעדט אייך וכו'; עס איז וויכטיג צו וויסן דעם טיפער קלוגער לימוד וואס רבי נתן האט אונז געלערנט, רבי נתן האט אמאל געזאגט פאר איינע פון זיינע 'פריינד', פון זיינע 'נאנטע' - וואס פלעגט אים קומען ברענגען די לשון הרע וואס די מתנגדים רעדן אויף אים, זאגט אים רבי נתן: "יענער מפורסם וואס רעדט אויף מיר איז נישט מיין פיינט, דו ביסט מיין פיינט; דו וואס דו ברענגסט מיר די לשון הרע ביסט מיין פיינט, וואלסטו מיר נישט דערציילט וואס יענער רעדט - וואלט איך נישט געהאט קיין צער, איך וואלט געלעבט א גוט לעבן, דו מאכסט מיר צער, דו ביסט מיין פיינט"; דאס איז א טיפע חכמה, א טיפער לימוד וואס טוישט די בליק אין לעבן, די קלוגע רייד פון רבי נתן קומט פון א קלארע מח, א קלארע קאפ, אז די אלע וואס קומען דערציילן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט - די זענען בכלל נישט קיין פריינד, די זענען וואס מאכן די מחלוקת, און די שכנ'טע וואס בארעדט אייך - איז נישט אייער פיינט, די פרויען וואס טראגן און ברענגען די לשון הרע'ס - פון זיי זאלט איר זיך אכטונג געבן.


אז איר הערט צוריק אז אייער שכנ'טע בארעדט אייך - זאלט איר נאכמער זיין גוט צו זייערע קינדער, און זיי געבן מער גוטע עסן און שפילערייען וכדומה.


זאגט יעדן טאג די אגרת הרמב"ן, די בריוו וואס דער הייליגער רמב"ן האט געשריבן פאר זיין זון, דאס איז א סגולה צו קענען פארגעבן פאר יעדן, און זיין בשלום מיט יעדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.