בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#11 - דער ס"ם זוכט צו מאכן פירוד לבבות צווישן אנשי שלומינו
חינוך הילדים, דרך ארץ, שלום, שכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת עקב, חמשה עשר באב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


זיי מחזק דיין ווייב זי זאל נישט ווערן וויי געטון פון די שכנים, ווען מען מוסר'ט איר אז זי קען נישט מחנך זיין וכו'; עס איז קיינעמ'ס געשעפטן ווי אזוי ענק זענען מחנך ענקערע קינדער, ענק זאלן מחנך זיין אויף ענקער וועג און די שכנים זאלן מחנך זיין אויף זייער וועג, און אז די שכנים ווילן נישט זייערע אינגלעך זאלן שפילן מיט מיידלעך – האט דאס מיט זיי, דארפן זיי אויסלערנען זייערע קינדער ווי אזוי זיך צו פירן.


איך בעט דיך זייער, זיי דן לכף זכות יעדן איינעם, דער סמ"ך מ"ם זוכט צו מאכן פירוד לבבות צווישן אנשי שלומינו, ער קען נישט ליידן אז מען האט זיך ליב, ער קומט צו יעדן איינעם מיט אן אנדערע וועג ווי אזוי צו מאכן מחלוקת מיט פיינטשאפט.


איך בין מחזק מיינע קינדער זאלן רעדן מיט דרך ארץ צו עלטערע, און אויב איך הער זיי רעדן מיט חוצפה צו עלטערע – בין איך זייער שטרענג און איך קנס'ע זיי אויף דעם. איך געדענק מיין טאטע שליט"א איז געווען צו מיר זייער שטרענג אויב ער האט מיך געהערט רעדן מיט זלזול צו איינעם עלטער פון מיר.

#10 - שלום מאכן מיט די שכנים, וועט ברענגען א נס
קינדער, מחלוקת, שלום, שכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חקת, ב' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דער דאקטער האט ענק גוט אנגעשראקן אז ער זעט שלעכטע זאכן אין די בלוט פון דיין ווייב, און דאס גייט שאטן פארן קינד חס ושלום, און ענק זענען דערשראקן און פארלוירן, ענק בעטן א ברכה.


איך זאג דיר אזוי, אויב דו וועסט שלום מאכן מיט דיינע שכנים, דו וועסט זיי מער נישט פיינט האבן, דו וועסט זוכן שלום מיט זיי, דו מיט דיין ווייב וועלן נאר זוכן דאס גוטס ביי זיי – זאג איך דיר צו דו וועסט זען א נס; סיי דיין ווייב וועט זיין געזונט און שטארק, און סיי דאס קינד וועט זיין געזונט און שטארק.


קום מיר נישט זאגן אז דו ביסט גערעכט, איך ווייס דו ביסט גערעכט, און פון דעם רעדט מען יעצט; ווען דו און דיין ווייב זענען גערעכט, און די שכנים טוען אזוי און אזוי, זאלסטו נאר זען גוטס און זוכן שלום.


געדענק, א געשעפט איז א געשעפט.



 

#9 - אכטונג געבן אז די מיידלעך זאלן נישט פארשעמען דאס קינד
קינדער, סכנה, שכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת יתרו, שובבי"ם, י"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז אייער טאכטער קומט אהיים זאגן אז מען טשעפעט איר, מען רופט איר 'עקלדיגע מיידל', מען זאגט איר זי האט א שלעכטע גערוך, זאלט איר רעדן צו די לערערינס זיי זאלן אכטונג געבן אז די מיידלעך זאלן איר נישט פארשעמען, אויך זאלט איר אכטונג געבן זי זאל זיך באדן און האבן א גוטע גערוך, און גיין אנגעטון שיין צאמגענומען.


בנוגע וכו'; אז דער שכן קומט מיטן האק און ברעכט אויף די טיר – זאלט איר גלייך רופן די פאליציי, ווארטס נישט קיין מינוט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - גוטע חברים וואס האבן תמימות, וואס שפעטן נישט פון צדיקים
חברים, שכנים, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, ראש חודש כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


זיי מחזק דיין שטוב מען זאל נישט האבן צוטון מיט לצים, די ווייב און די קינדער זאלן נאר האבן ערליכע פריינד, זיך באפריינדן מיט גוטע שכנים וואס האבן תמימות, וואס שפעטן נישט פון צדיקים און פון זייערע רייד. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המידות אות צדיק, סימן קלד): "הַלֵּיצָנוּת אֵינוֹ מַנִּיחַ אֶת הָאָדָם לֵילֵךְ לְצַּדִּיקִים", ליצנות האלט צוריק דעם מענטש פון גיין צום צדיק.


אז מען האט צוטון מיט לצים ווערט זייער ביטער. דער רבי זאגט (שם אות ליצנות, סימן ד): "עַל יְדֵי לֵיצָנוּת בָּאִים יִסּוּרִים", דורך ליצנות קומט יסורים; מען פארלירט אלעס. מען דארף זיך זייער היטן פון מענטשן וואס שפעטן פון די רייד פון צדיקים.


איך דארף מקצר זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - בעטן דעם אייבערשטן פאר גוטע שכנים און חברים מיט אמונת חכמים
חברים, שכנים, ליצנות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


"אִם לַלֵּצִים", אויב א מענטש דרייט זיך מיט לצים, "הוּא יָלִיץ", וועט ער אויך ווערן א לץ, "וְלַעֲנָוִים", און אז מען דרייט זיך מיט ערליכע אידן, - "יִתֶּן חֵן", וועט ער אויך ווערן אן ערליכער איד און געפונען חן אינעם אייבערשטנ'ס אויגן (משלי ג, לד).


ווייל א מענטש ווערט נאכגעשלעפט נאך חברים און שכנים, דעריבער דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן פאר גוטע שכנים און גוטע חברים; שכנים און חברים וואס האבן אמונת חכמים, וואס שפעטן נישט פון ערליכע אידן, און אויב מען הערט שפעטן פון צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן – זאל מען אנטלויפן פון זיי, און וויינען צום אייבערשטן מען זאל נישט אננעמען די ליצנות, לשון הרע – אויף צדיקים, נאר זיין מיט ערליכע חברים, והבן למעשה.

#6 - טשעפעט נישט קיינעם, און זיכער נישט קיין שכנים
מחלוקת, שלום, שכנים, ברכת המזון

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ערב ראש חודש אלול, שנת תשפ"ג לפרט קטן


... תחי', תלמידה בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז די מיידלעך, די שכינות טשעפען אייך - זאלט איר נישט צוריק טשעפען; שפילט מיט אייערע געשוויסטער און מיט קינדער וואס טשעפען נישט.


טשעפעט נישט קיינעם און זיכער נישט קיין שכנים, מיט שכנים מוז מען לעבן בשלום. איר זאלט נישט צוריק טשעפען, האט נישט מורא, ביים סוף וועלן די אלע שכנים וואס טשעפען - ווערן פארשעמט. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות מריבה, סימן כח): "מִי שֶׁחוֹלֵק עִם שְׁכֵנָיו", ווער עס קריגט זיך מיט זיינע שכנים – "לְסוֹף שֶׁיִּהְיֶה לַעַג לְאוֹיְבָיו", ביים סוף וועט ער ווערן פארשעמט.


בענטשט אין א בענטשער, זאגט ארויס שיין און קלאר יעדעס ווארט - וועט איר נישט האבן קיין מחלוקת. דער הייליגער רבי זאגט (שם חלק ב', סימן ז): "עַל יְדֵי בִּרְכַּת הַמָּזוֹן", דורך בענטשן ברכת המזון, "נִתְיַשֵּׁב הַמַּלְכוּת מִן הַמְּרִיבוֹת וְהַמִּלְחָמוֹת", ענדיגן זיך די קריגערייען און מלחמות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#5 - מיט חכמה מאכן שלום מיט די שכנים קינדער
שלום, שכנים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע משפחת ... שיחיו ברסלב, ליבערטי


אז די קינדער, די שכנים - טשעפען ענקערע קינדער, זאלן ענק מיט חכמה אויסטיילן פאר די קינדער קענדיס, לאליס, אייסעס וכדומה, און מיט אלע כוחות פרובירן עס זאל זיין שלום.


ווען מען וואוינט צווישן אנשי שלומינו דארף מען זייער שטארק ארבעטן אויף זיך, מען זאל קענען סובל זיין אנדערע און קענען דן זיין אלעמען לכף זכות.


נעמט די קינדער וואס האבן שטענדיג צוטון מיט ענקערע קינדער און געבט זיי גוטע זאכן, אזוי וועט ווערן שלום, סיי צווישן די קינדער און סיי צווישן די עלטערן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (ירושלמי עירובין פרק ג, הלכה ב) עס איז געווען א פרוי וואס האט פיינט געהאט איר שכינה, און ווען זי האט געשיקט איר קינד טראגן די עירוב צום שכינה האט זי ארומגענומען דאס קינד, אים געקושט און געהאלזט. דאס קינד האט דערציילט אין שטוב אז די פרוי, די שכינה - "האט מיך ליב, זי האט מיך געהאלזט און געקושט", האט די מאמע זיך אנגערופן: "הכין הוות רחמה לי ולא הוינא ידעה", אזוי? זי האט מיך ליב און איך ווייס נישט דערפון? "מתוך כך עשו שלום", אזוי האבן זיי שלום געמאכט.


די הייליגע חכמים ברענגען די מעשה צו ווייזן אז די מצוה פון עירוב מאכט שלום; מיר קענען פון די מעשה ארויסלערנען נאך א זאך, אז מען געבט א קינד א גוטע זאך, פארן שכן'ס א קינד – דאן ווערט שלום צווישן די עלטערן, און פארקערט, אז מען געבט א פסק פארן שכן'ס א קינד, מען איז מחנך יענעמ'ס קינדער - ווערט א פייער צווישן אלע שכנים.


נעמט ענק די מצוה פון שלום, דאס זאל זיין ענקער מצוה אויף וואס ענק פארלייגן זיך; אזוי וועט איר זוכה זיין צו אלע ברכות וואס קומט דורך שלום. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות אות שלום, סימן יח): "הַבְּרָכָה בָּא עַל יְדֵי שָׁלוֹם", דורך שלום קומען אלע ברכות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - די גרעסטע זאך ביים אייבערשטן איז שלום
שלום, שכנים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת כי תצא, ט' אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


די גרעסטע זאך ביים אייבערשטן איז שלום; שלום אין שטוב, שלום צווישן שכנים און אזוי ווייטער, דער אייבערשטער האט זייער ליב ווען שכנים קומען זיך אויס.


איך ווייס גוט וויאזוי מען שפירט מיט גוטע שכנים און פארקערט, איך האב געהאט במשך אלע יארן אסאך סארט שכנים; מיר וואוינען אין א בנין מיט קרוב צו דרייסיג משפחות, עס איז געווען צייטן וואס מיר האבן זיך ממש מחי' געווען, מיר האבן געהאט געבענטשטע שכנים, וואוילע מענטשן, זיך נישט געמישט ווי אזוי צו מחנך זיין אונזער קינדער, זיי האבן געהאט זייער וועג און זיי האבן אונז געלאזט האבן אונזער וועג, עס איז געווען א מחי'. נאכדעם איז געווען צייטן וואס איך פלעג טרעפן מיין ווייב וויינען אין שטוב, יעדן טאג מיט אן אנדערע מעשה, היינט האט איר די שכנ'טע געזאגט אז זי איז נישט קיין נארמאלע מאמע ווייל זי לאזט די קינדער עסן נאש און עס איז נישט געזונט, נעכטן האט איר א שכנ'טע פארגעהאלטן פארוואס זי מאכט נאכנישט פסח'דיג, די שכנ'טע טענה'עט: "ביסט נאט נארמאל", א דריטע שכנ'טע הערט נישט אויף סעקירן: "פארוואס קויפסטו נישט די קלייד וכו' פאר דיינע קינדער?!" פאריגע וואך האט א שכנ'טע אריינגעקלאפט מיט איין בהלה אז איינער פון אונזערע קינדער האבן געביסן איר קינד און געשריגן און פארגעהאלטן: "היתכן איר טוט גארנישט?" איי דיין קינד האט פאריגע וואך געביסן אונזער בעבי; וואס ווילסטו? וואס שרייסטו? דו ווייסט נישט אז זיי זענען קינדער וכו'?! אזוי האבן מיר געהאט אזעלכע שכנים און אזעלכע שכנים.


וואס האבן מיר געטון? מיר האבן זיך געשטארקט מיט די ווערטער פון רבי נתן (לקוטי הלכות נזקי שכנים הלכה ד, אות ב): "כִּי צְרִיכִין לְהַאֲמִין שֶׁהַכֹּל מֵאֵת ה'", מען דארף גלייבן אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, "וְכָל מַה שֶּׁה' יִתְבָּרַךְ מְסַבֵּב עִם הָאָדָם", און אלעס וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש, "הַכֹּל מֵאֵת ה' בִּשְׁבִיל בְּחִירָתוֹ", אלעס איז נאר ווייל מען וויל זען פון הימל וויאזוי דער מענטש וועט זיך דערהאלטן, "וּבְוַדַּאי גַּם זֶה מֵאֵת ה' צְבָאוֹת יָצְאָה שֶׁהוּא יִהְיֶה שָׁכֵן אֵצֶל פְּלוֹנִי", עס איז זיכער אנגעשריבן פון אייבערשטן פונקטליך אז דער און דער זאל זיין אונזער שכן; די ווערטער האט אונז שטענדיג מחזק געווען, מיר האבן גע'חזר'ט די ווערטער פון רבי נתן אז דער אייבערשטער האט אויסגעשטעלט אונזער בנין מיט אלע דירות פונקט ווער עס זאל וואוינען דא, ווער זאל וואוינען נעבן מיר, ווער זאל זיין מיינע שכנים; אז מען ווייסט אז דער אייבערשטער געבט די שכנים און ער ווארט צו זען ווי שיין מען פארשטייט זיך און מען קומט זיך אויס - איז אלעס גרינגער.


רבי נתן זאגט (שם): "צְרִיכִין לִשְׁמֹר מְאֹד שֶׁיִּהְיֶה אַהֲבָה וְאַחְדוּת בֵּין הַשְּׁכֵנִים", מען דארף זייער אכטונג געבן עס זאל זיין ליבשאפט צווישן די שכנים, "וְלֹא יִהְיֶה בֵּינֵיהֶם שׁוּם שִנְאָה וְהֶזֵּק כְּלָל", און חס ושלום זיך נישט פיינט האבן און נישט מזיק זיין איינער דעם צווייטן, "כְּדֵי שֶׁיּוּכְלוּ הַשְּׁכֵנִים לְהִצְטָרֵף וּלְהִתְחַבֵּר יַחַד לְכָל דָּבָר שֶׁבִּקְדֻשָּׁה כְּדֵי שֶׁיִּתְרַבֶּה בֵּית הַתְּפִלָּה", אזוי וועט ארויסקומען מער כבוד שמים.


דעריבער בעט איך אייך זייער איר זאלט נישט נעמען צום הארצן ווען אייער שכנ'טע זאגט אייך וכו' און טיילט אייך איין וכו'; נישט יעדער פארשטייט ווען צו זאגן און ווי אזוי צו זאגן. ווען זי וועט אייך אנהייבן מחנך זיין, זאלט איר זיך שטארקן מיט אלע כוחות נישט צוריק זאגן און נישט צוריק שרייען, איר קענט איר זאגן שיינערהייט: "איך בין מחנך מיינע קינדער וויאזוי מיר פארשטייען און איר זאלט מחנך זיין אייערע קינדער ווי אזוי איר פארשטייט", און ווען אייער שכנ'טע הייבט אן רעדן בשם דער ראש ישיבה, זאלט איר זאגן שיינערהייט: "וואס דער ראש ישיבה זאגט דיר זאלסטו פאלגן, מיר האבן אויך דער ראש ישיבה, מיר ווייסן אויך און מיר פאלגן אויך"; אבער האלט אייך איין און שרייט נישט צוריק, גלייבט באמונה שלימה אז דער אייבערשטער האט אייך געגעבן די שכן, די מענטשן - צו זען ווי אזוי איר וועט זיך דערהאלטן.


מיינט נישט אז איך פארשטיי אייך נישט; אוי ווי איך ווייס וואס שכנים זענען, מיר קענען שרייבן ביכער פון מעשיות פון שכנים. ווען נישט דעם רבי'ן וואלטן מיר געווען צעקריגט מיט יעדן שכן; אבער די שכל פון רבי'ן, די אויגן פון רבי'ן, די וועג ווי אזוי דער רבי לערנט אונז ווי אזוי צו קוקן אויף אנדערע - דאס האט אונז געראטעוועט און דאס ראטעוועט אונז יעדן טאג מיר זאלן ליב האבן יעדן איינעם.


מען רעדט דאך נישט פון שלעכטע שכנים, שכנים וואס ווילן אוועק נעמען פון די תורה; פון זיי דארף מען זיך דערווייטערן, אויף דעם בעט מען דאך יעדן טאג: "שֶׁתַּצִּילֵנוּ וְכוּ' וּמִשָּׁכֵן רָע"; דא רעדט מען פון ערליכע משפחות, ערליכע אידן, מען דארף נאר קוקן גוט און דן זיין יעדן איינעם לכף זכות.


איך דארף מקצר זיין, איך האב אסאך טרדות; איך האף דער בריוו וועט זיין חיזוק פאר אייך און פאר אנדערע משפחות וואס דארפן חיזוק אין דעם פרט, עס זאל זיין שלום ושלוה צווישן אידישע קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#3 - זיך אויסקומען מיט די שכנים
בית המדרש, שכנים

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת וזאת הברכה, י"א תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב אכטונג זיך אויסצוקומען מיט די שכנים. אונזער וועג איז נאר שלום; רעדט צו זיי שיינערהייט אז זיי זאלן מסכים זיין איר זאלט קענען האבן דארט די סוכה, עס איז זיכער דא א וועג מיט שלום.


איך ווארט צו הערן אויב מען קען שוין קומען קיין ארץ ישראל, איך וויל מסדר זיין גבאים ביי אייך אין שול.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - אז מען קוקט מיט רחמנות איז גאר אנדערש
צניעות, חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, בין אדם לחבירו, שכנים

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז די שכנים האבן נישט קיין שכל, זיי לאזן די טעכטער זיך ארום דרייען נאקעט וכו' - זאלט איר מיט אייער חכמת נשים שיין רעדן צו זיי און זיי בעטן מיט א ווייכע שפראך אז איר האט קינדער - אינגלעך און מיידלעך און איר ווילט זיי אפהיטן זיי זאלן זיין ערליך; איך בין זיכער אז אויב איר וועט רעדן שיינערהייט צו זיי וועלן זיי אכטונג געבן און אנטון די קינדער.


אז מען קוקט מיט רחמנות איז גאר אנדערש; דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן יח) דער וואס דרייט איבער פון כעס אויף רחמנות איז זוכה צו א גוט לעבן; יעדעס מאל מען האט צוטון מיט א צווייטן מענטש, אויב מען לייגט אריין אין די מעשה דאס ווארט "רחמנות", דאן טוישט זיך די גאנצע מעשה.


די גאנצע לעבן טוישט זיך אויב מען קוקט אויף א צווייטן מיט רחמנות; ווען מען האט צוטון מיט א שווערע מענטש און מען שפירט ווי מען קען עס מער נישט נעמען, דארף מען טראכטן: 'איין מינוט, ער איז דאך אזא רחמנות, ער ליידט דאך דאס מערסטע פון זיך אליין', דעמאלט פאלט אוועק די שנאה, מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן אז מען האט נישט די שלעכטע נאטור וואס דער אנדערער האט.


הערטס נישט אויף צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די ניסים וואס ער טוט שטענדיג מיט אייך, מיט אייער מאן און מיט אייערע קינדער, וועט דער אייבערשטער מאכן נאך ניסים.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - עס דארף דיר נישט אנגיין וואס מען טראכט אויף דיר
גמרא, זעלבס זיכערקייט, שכנים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת פנחס, ט"ז תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן פון דיר נאכדעם וואס איך האב שוין נישט געהערט פון דיר א לאנגע צייט; איך האב זייער הנאה אז דו לערנסט יעדן טאג גמרא, דו האסט באקומען א שטארקע חיזוק דעם פארגאנגענעם שבת התוועדות - שבת סיום הש"ס און זייט דעם שבת לערנסטו יעדן טאג דעם בלאט גמרא.


ווען מען לערנט גמרא פארברענט מען אלע קליפות; חכמינו הקדושים זאגן (שבת קו:): "גְּמָרָא גְמוֹר זְמוּרְתָּא תְּהֵא"; טייטשן די צדיקים "גְּמָרָא גְמוֹר" - אויב דו לערנסט גמרא, דעמאלט "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" - וועסטו פארשניידן אלע קליפות וואס נעמען ארום די נשמה הקדושה. ווייל "זְמוּרְתָּא תְּהֵא" איז א לשון פון "לְזַמֵּר אֶת כָּל הֶעָרִיצִים וּלְהַכְרִית אֶת כָּל הַקּוֹצִים הַסּוֹבְבִים אֶת הַשּׁוֹשַׁנָּה הָעֶלְיוֹנָה", וואס דאס גייט ארויף אויף די דערנער וואס פארדעקן נשמות ישראל; און ווען מען לערנט תורה ווערן אלע דערנער פארברענט.


בנוגע דיינע שכנים וכו'; דער פראבלעם איז נישט די שכנים, דער פראבלעם איז אז דו ביסט נישט זיכער מיט זיך; עס דארף דיר נישט אנגיין וואס מען טראכט אויף דיר, דו גיי דיין וועג און לאז יעדן איינעם טראכטן אויף דיר וואס זיי ווילן. דער אייבערשטער האט דיר געגעבן דיינע נאטורן, דו ביסט אן איידעלער מענטש, א שטילער מענטש; עס איז זייער א גוטע נאטור צו זיין איידל און שטיל, דיר איז שווער אנצוהייבן גריסן אנדערע. דארפסטו נישט ווערן צורידערט און פיבערן טאג און נאכט וואס מען טראכט אויף דיר אז דו גריסט נישט וכו' וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.