בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער יסוד אין שלום בית איז צו זיין אפן איינער מיטן אנדערן
שלום בית, חיזוק פאר פרויען

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת ויגש, ו' טבת, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז דער יסוד היסודות אין שלום בית איז צו זיין אפן איינער מיטן אנדערן; אויב עפעס באדערט דארף מען דאס אויסרעדן, זיך עסן פון אינעווייניג איז נישט קיין עסק.


מען האט אמאל דערציילט פאר רבי נתן אז עס איז דא אין שטאט א איד א גרויסער צדיק, ממש די גאנצע שטאט רעש'ט זיך מיט אים, און איינע פון זיינע גרויסע מדריגות איז אז ער איז א "שותק" - ער שווייגט. ער רעדט נישט, מען הערט נישט פון אים קיין ווארט; האט ר' נתן געזאגט: "דער רבי האט אונז געלערנט אז מען דארף נישט שווייגן, מען זאל יא רעדן, נאר מען דארף וויסן ווי אזוי צו רעדן"; דאס זעלבע זאג איך אייך, אז מען וויל האבן שלום בית דארף מען רעדן, מען דארף נאר וויסן ווי אזוי צו רעדן.


איר האט א טייערע מאן, ער איז אייך אזוי געטריי און איז מיר זייער געטריי, אז עס טוט אייך עפעס וויי פון אים טארט איר זיך נישט ארום דרייען מיט די ווייטאג און עס האלטן ביי אייך אין הארץ, ווייל דאס קען חרוב מאכן די גאנצע ליבשאפט צווישן אייך.


איר האט מיר געבעטן איך זאל אייך שרייבן עטליכע טיפס ווי אזוי מען קען פועל'ן ביי זיך יא צו רעדן ווען מען שפירט אז עס רעדט זיך נישט; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל זיין אפן איינער מיטן צווייטן ווייל אסאך מאל טוט מען אסאך מער וויי ווען מען רעדט נישט.


איך וועל אייך געבן א משל; למשל עס באדערט פאר די פרוי אז די מאן מאכט ווערטלעך אויף איר חשבון, אבער אסאך מאל כאפט ער ניטאמאל אז דאס באדערט פאר זיין ווייב, ווייל ער קומט פון א משפחה וואס דאס איז דער וועג ווי אזוי מען רעדט, מען ווערטלט זיך איינער אויפן צווייטן ברבים אין פארנט פון אנדערע משפחה מיטגלידער, און ער כאפט נישט אז מען רעדט נישט אזוי צו א ווייב, ער ווייסט ניטאמאל אז דאס טוט איר וויי. אין אזא פאל דארף די פרוי שיין רעדן מיט אים, נישט אים פארהאלטן, נאר זיך מאכן כאילו זי איז דער פראבלעם און אים זאגן: "איך בין צו האקל"; אזוי וועט ער וויסן זיך אכטונג צו געבן און ארבעטן אויף זיך.


איך האף אז איר וועט ארויס נעמען פון דעם בריוו שכל און חכמה ווי אזוי צו רעדן און וואס צו רעדן.