בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע מצורע, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וואס מיינסטו, ביסט נישט חשוב מער ביים אייבערשטן? פונקט פארקערט, דיקא דיך האט דער אייבערשטער ליב, דער הייליגער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן תקנה): "דו ווייסט וועם דער אייבערשטער האט ליב? דער אייבערשטער האט ליב א געפרעגלטן איד"; א מענטש וואס עס גייט אריבער אויף אים ביטערע שווערע נסיונות און ער דערהאלט זיך - אים האט דער אייבערשטער ליב.
דער עיקר שיינקייט פון א איד איז דאס וואס ער געבט נישט אויף, ער קומט נאכאמאל צוריק צום אייבערשטן. דער אייבערשטער האט באשאפן דעם מענטש ווייל ער וויל ארויסנעמען פון אים תענוגים און שעשועים וואס מען קען נישט האבן פון מלאכים. מלאכים האבן נישט קיין יצר הרע, זיי האבן נישט קיין דאגות פרנסה, זיי זענען א שטיק פייער, זיי זענען זייער הייליג; דאך האט דער אייבערשטער באשאפן דעם קליינעם מענטשל מיט א ברענעדיגע יצר הרע וואס ווארפט אים אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, דער אייבערשטער וויל זען ווי דער מענטש שטעלט זיך אויף און קומט נאכאמאל צוריק, ער פרובירט וואס ער קען.
דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן ז): "כִּי מִי שֶׁיּוֹדֵעַ קְצָת בִּידִיעָתוֹ יִתְבָּרַךְ", ווער עס ווייסט אביסל וואס איז חשוב ביים אייבערשטן, "הוּא יוֹדֵעַ שֶׁעִקָּר הַתַּעֲנוּגִים וְהַשַּׁעֲשׁוּעִים שֶׁל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ הוּא רַק שֶׁאֲנַחְנוּ מֵעוֹלָם הַזֶּה הַשָּׁפָל נְגַדֵּל וּנְקַדֵּשׁ שְׁמוֹ יִתְבָּרַךְ", דער ווייסט אז דער עיקר תענוג ביים אייבערשטן איז ווען מיר אידן פון אזא נידריגע וועלט זאלן אים דינען, "וְזֶהוּ עִקָּר הַתַּעֲנוּגִים וְהַשַּׁעֲשׁוּעִים שֶׁל הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דאס איז די גרעסטע תענוג און זיסקייט ביים אייבערשטן, אז מיר זאלן אים דינען; אזוי ווי מען זאגט ביים דאווענען (מוסף ליום כיפור): "וְאָבִיתָ תְהִלָּה מִגּוּשֵׁי עָפָר מִקְּרוּצֵי חֹמֶר", דער אייבערשטער ווערט געלויבט דורך שטיקער בלאטע וכו', "כִּי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ יֵשׁ לוֹ שְׂרָפִים וְחַיּוֹת וְאוֹפַנִּים וְעוֹלָמוֹת עֶלְיוֹנִים שֶׁהֵם עוֹבְדִים אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ", דער אייבערשטער האט דאך ברענעדיגע מלאכים, מלאכים וואס הייסן חיות, מלאכים וואס הייסן וועגענער, אזויפיל וועלטן וואס דינען דעם אייבערשטן, "וְאַף עַל פִּי כֵן עִקָּר הַתַּעֲנוּג וְהַשַּׁעֲשׁוּעַ שֶׁלּוֹ כְּשֶׁעוֹלָה לְמַעְלָה הָעֲבוֹדָה שֶׁל עוֹלָם הַשָּׁפָל הַזֶּה", דאך האט דער אייבערשטער מער הנאה פון מיר וואס מיר זענען דא אין די וועלט.
מארגן נאכט וועט זיין די שיעור אין אונזער שול אין מאנסי, אינאיינעם מיט א סיום אויף מסכת מכות, און אויך אינאיינעם מיט א יארצייט סעודה פון הצדיק רבי ישעי' מקערעסטיר זכותו יגן עלינו.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.