בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת בא, ה' שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
אייער מאן ... נרו יאיר איז אן ערליכער איד, א טייערער אינגערמאן; זוכט נישט אויף אים קיין שלעכטס. דער יצר הרע וויל איין זאך, ער וויל צעברעכן ענקער שלום בית; יעצט קומט ער מיט א פרומע שלייער, איר זאלט טראכטן שלעכטס אויף אים, אלעס אבי אפצוקילן די ליבשאפט צווישן אייך.
איך בעט אייך זייער, נעמט ארויס פון קאפ די אלע שלעכטע זאכן; איך בין מעיד אויף אים אז ער איז ערליך און וואויל, איך האב אים געהאט אין ישיבה, ער איז אלץ געווען ערליך; זיין לעבן איז ריין און זויבער, ער פירט זיך מיט יראת שמים.
איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט ביישטיין די נסיון, איר וועט צוריק אנהייבן לעבן מיט אהבה, אחוה, שלום וריעות; איר וועט ארייננעמען די שכינה אין שטוב, דעם אייבערשטנ'ס נאמען איז שלום (שבת י.)