בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער מאן דארף פרייליך מאכן די ווייב
שלום בית

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת פנחס, י"ט תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


איך בעט דיר זייער ליבער ... נרו יאיר, מאך פרייליך דיין ווייב תחי'; זי זעט נישט אויס פרייליך, איר פנים איז איינגעפאלן און צעבראכן, איז יעצט דיין מצוה איר צו מאכן פרייליך. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין לד:): "אִשָׁה - בַּעֲלָהּ מְשַּׂמְחָהּ"; דער מאן האט א מצוה פרייליך צו מאכן די ווייב.


אז דיין ווייב וועט זיין פרייליך וועסטו האבן גרויס שפע. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.): "אוֹקִירוּ לִנְשַׁיְכוּ כִּי הֵיכִי דְּתִתְעַתְרוּ", רבא האט געזאגט פאר די מענטשן פון זיין שטאט: "זייטס מכבד אייערע ווייבער וועט איר ווערן רייך".


נעם אן מיינע ווערטער גוט און פאזעטיוו, ווייל איך האב נישט קיין שום אייגענע אינטערעסע דא, איך וויל נאר אז איר זאלט לעבן מיט ליבשאפט אזוי ווי נאך ענקער חתונה.


דער עיקר זאלסטו ארבעטן אויף זיך נאכצומאכן די הנהגה פון רבי'ן: "זיך נישט עקשנ'ען"; דער הייליגער רבי האט זיך קיינמאל נישט גע'עקשנ'ט, ער איז געווען בטל ומבוטל צום אייבערשטן, וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.