בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער סמ"ך מ"ם וויל נאר מחליש דעת זיין דעם מענטש
משמש דעם רבי'ן, חלישות הדעת

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תולדות, כ"ה מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע


א גרויסן דאנק פאר דיר און פאר דיין ווייב פאר אלעס וועס ענק טוען פאר אונזערע מוסדות, אונזער קהילה. וויסן זאלסטו, מוהרא"ש איז מיט אונז, מוהרא"ש זעט וואס ענק טוען, ענקערע גוטע מעשים, מוהרא"ש האט נחת, מוהרא"ש האט שמחה פון אונזער שיינע קהילה.


דו און דיין ווייב דארפן זיך זייער מחזק זיין, ווען דו ביסט בקטנות הדעת זאל דיין ווייב דיך מחזק זיין, און אויב דיין ווייב איז מבולבל וכו' – זאלסטו איר שטארקן. ווייל דער סמ"ך מ"ם וויל נאר מחליש דעת זיין דעם מענטש, און בפרט די וואס זענען משמש דעם צדיק, אויף זיי פארלייגט ער זיך נאך מער, אבער מען דארף נישט מורא האבן, מען דארף זיך מחזק זיין און אנטלויפן פון אלע צעדרייטע מחשבות, כאילו מען דארף דיך נישט וכו', כאילו מאכסט חרוב וכדומה, זע צו מאכן פון ש'ק'ר א ק'ש'ר.


אויך זאלסטו נישט בלייבן אין שטוב פארשפארט מיט די סארט מחשבות; ווי נאר עס קומען די שלעכטע מחשבות – שרייב מיר, אדער קום רעדן, נישט לאזן ווערן די מחשבות - חמץ.