בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער עיקר איז נישט די חתונה נאכט, נאר דאס לעבן נאכדעם
חתונה, חתן, קאראנע וויירוס

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וזאת הברכה, י"ב תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די גאנצע וועלט איז יעצט צעשאקלט; דער אייבערשטער שאקלט אונז אויף, עס בוזשעוועט אין די וועלט די עפידעמיע פון קאראנע, לענדער זענען פארשלאסן און אסאך חתנים גייען אריבער די צער, זיי ווייסן נישט וואס צו טון ווען זיי קענען נישט גיין צו די חתונה מיט די משפחה וכו'.


די שאלה איז אויב פאר דיר אליינס איז יא דא א וועג אריין צו גיין אין ארץ ישראל, אויב יא, און אויב דיינע עלטערן זענען מסכים דו זאלסט חתונה האבן אן זיי, זאלסטו דאס זיכער טון, ווייל עס איז זייער א הארבע זאך אפצושטופן די זמן החתונה.


פרעג דיינע עלטערן וואס זיי זאגן; לויט וויפיל איך קען דיינע עלטערן וועלן זיי זיכער מסכים זיין דו זאלסט גיין צום חתונה און אויפשטעלן א שיינע שטוב, זיי ברענגען נחת.


מיר אידן האבן חתונה ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן חתונה האבן און געהייסן מיר זאלן ברענגען קינדער; אודאי איז די נאכט פון די חתונה א פרייליכע צייט, אבער נישט דאס איז דער עיקר; דער עיקר איז אז די גאנצע לעבן וואס מען לעבט זאל מען לעבן מיט ליבשאפט און שלום.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט גיין צום חופה בשעה טובה ומוצלחת.