בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
רבי נתן האט געהאט א תלמיד ער האט געהייסן רבי נחמן, א זון פון רבי יודל, ער איז געווען א גרויסער ערליכער איד, א גרויסער עובד השם. ער איז געווען זייער ארעם, אויך איז ער געווען קראנק, אויך האט ער געהאט א שלעכטע ווייב. אמאל האט איינער געגעבן א קרעכץ פאר רבי נתן און געזאגט: "איי וואס דער רבי נחמן ליידט; ארעם איז ער, אויך איז ער קראנק, און צו אלע צרות האט ער א ווייב א שקלאפטע", האט רבי נתן געזאגט: "אויף אים קרעכצסטו, אויף אים זיפצסטו? ער איז אן ערליכער איד אן עובד השם, אויך איז ער ארעם, אויך איז ער קראנק, און אויך האט ער א שלעכטע ווייב, ער וועט נישט זען די פנים פון גיהנום, זיפצן דארפסטו אויף דעם נגיד... וואס ער עסט א גוטע מיטאג, ער לייגט זיך צו און טוט זיך מיט אים וואס ער אליין ווייסט... אויף אים דארפסטו קרעכצן"; ווייל די וועלט גייט אריבער, דאס לעבן איז נאר פאר אביסל, נאכדעם קומט די עכטע לעבן.
אשרינו אז מיר האבן א רבי וואס דערמאנט אונז וואס איז גוט און וואס איז חשוב.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.