בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער רבי געבט א טעם אין יום טוב
סדר דרך הלימוד, פסח, יום טוב

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין הודעה.


איך בין אזוי פרייליך צו הערן אז דיין יום טוב איז דיר אריבער זייער זייער פרייליך; עס איז גאר אנדערש יום טוב בכלל - און יום טוב פסח בפרט - ווען מען ווערט מקורב צום רבי'ן, דער רבי געבט א טעם אין יום טוב, מען איז זוכה צו שפירן די קדושה פונעם יום טוב. אזוי ווי דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קלה): "אִם הוּא מְקֻשָּׁר לְהַצַדִּיק, יוּכַל לְהַרְגִּישׁ קְדוּשַׁת יוֹם טוֹב"; אז מען איז מקושר צום צדיק - איז מען זוכה צו שפירן די קדושה פון יום טוב.


איך האב גערעדט מיט אסאך פון אנשי שלומינו, אלע זאגן אז זייט זיי זענען געקומען צום רבי'ן האבן די ימים טובים אלע טעמים, בפרט יום טוב פסח איז גאר אנדערש, ווייל איידער די התקרבות איז דאס פול מיט נערוון, פול מיט עצבות, און פון ווען מען איז ביים רבי'ן - איז יום טוב איין שטיק שמחה.


שטארק זיך מיט לערנען יעדן טאג חומש רש"י איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך, אויך לערן יעדן טאג פרקים משניות, און גמרא, און גיי התבודדות, רעדט אפאר ווערטער צום אייבערשטן; וועט דיר גוט זיין סיי אויף די וועלט און זיכער אויף יענע וועלט, ווייל דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "אויף צוויי כיתות מענטשן האב איך גרויס רחמנות, אויף די מענטשן וואס זענען נישט מקורב געווארן צו מיר און אויף די מענטשן וואס האבן יא געוויסט פון מיר אבער האבן מיך נישט געפאלגט, ווייל איך ווייס אז עס וועט קומען א צייט ווען מען וועט ליגן מיט די פיס צום טיר, דעמאלט וועט דער מענטש גרויס חרטה האבן פארוואס ער איז נישט מקורב געווארן צו מיר און פארוואס ער האט מיך נישט געפאלגט, ווייל אויב וואלט ער געווען מקורב צו מיר און מיך געפאלגט, וואלט נישט געווען קיין דרגא אויף דער וועלט וואס ער וואלט נישט צוגעקומען דערצו, אבער דעמאלט וועט שוין גארנישט נוצן, עס וועט שוין זיין צו שפעט".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.