בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - דער שטעטל איז א פלאץ וואו גוטע משפחות קומען צו גיין
שטעטל

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, גבאי בית המדרש היכל הקודש קרית ברסלב


איך שפיר זיך אזוי גוט דא אין שטעטל, מען שפירט דא אזא ריינקייט; א לופט פון אמונה, א לופט פון שמחה; איך האב זייער הנאה דא.


די וואך האבן זיך אריינגעצויגן נאך פיר טייערע משפחות, משפחת ר' ... נרו יאיר, משפחת ר' ... נרו יאיר, משפחת ... שיחיו און מיין זון ר' ... נרו יאיר.


געלויבט דעם אייבערשטן, דער שטעטל איז א פלאץ וואו גוטע משפחות קומען צו גיין; ביי אסאך נייע פלעצער, נייע געגנטער, זען מען עס קומען צו לויפן משפחות וואס זענען נישט צופרידן מיט זיך, מענטשן וואס זוכן צו אנטלויפן פון זיך, זיי זוכן צו אנטלויפן פון זייער משפחה וכדומה, עס איז דא גאנצע נייע געגנטער וואס רוב מנין און רוב בנין זענען פון נישט צופרידענע משפחות. די אינגעלייט הייבן אן צוביסליך אראפנעמען א שטיקל בארד, די פרויען טוען אויס די שטרימפ, לאזן זיך וואקסן האר - השם ישמרינו.


דא אין שטעטל איז גאר פארקערט, עס קומען משפחות, מען זעט ביי די אינגעלייט צוביסליך קומט צו א בארד, די פרויען שערן זיך אפ; נישטא קיין איין משפחה אין שטעטל וואס גייט מיט אייגענע האר, משפחות וואס פלעגן זיך נישט שערן - האבן אנגעהויבן אין שטעטל זיך אפצושערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל ווייטער אזוי זיין, ווער עס זוכט א פלאץ פון קדושה וטהרה, די וועלן קומען דא וואוינען.