בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת משפטים, כ"ד שבט, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד אלע חשובע בחורים נרם יאיר, וואס דרייוון פאר די מוסד.
צום ערשט וויל איך ענק דאנקען פאר'ן העלפן דעם מוסד; איר קענט זיך נישט פארשטעלן די גרויסע זכות פון העלפן דעם מוסד, דער אייבערשטער זאל אייך העלפן איר זאלט אלע זוכה זיין געבענטשט צו ווערן מיט אלע ברכות.
איך וויל איר זאלט וויסן דאס אחריות פון דרייוון בכלל און דרייוון קינדער בפרט; מען מוז האלטן די געזעצן, אז מען האלט נישט די געזעצן ביים דרייוון איז דאס סכנת נפשות, און אז עס פאסירט א שלעכטע זאך און איינער ווערט געשעדיגט איז יענעמס בלוט אויפ'ן חשבון פונעם דרייווער.
ווער רעדט נאך אז מען טראגט קינדער, דארף מען פארן זייער פארזיכטיג און פאלגן אלעס וואס דער געזעץ פארלאנגט; אז דער געזעץ פארלאנגט אז אלע קינדער דארפן זיך צובינדן דארף מען דאס פאלגן, מען טאר נישט טראגן קינדער אן זיי צובינדן, דער אייבערשטער זאל אפהיטן אז עס פאסירט עפעס שלעכטס, מען שטעלט זיך פלוצלינג אפ, אויב די קינדער זענען נישט צוגעבינדן קענען זיי חס ושלום ווערן געשעדיגט.
דעריבער בעט איך אייך און איך ווארן אייך; איך בעט אייך מיט שיינעם, איר העלפט מיר זייער געטריי, איר טראגט און איר ברענגט די קינדער פון חדר און צום חדר, דארפט איר פארן פארזיכטיג און האלטן אלע געזעצן. אז איר געפונט זיך אין א פלאץ וואו מען קען זיך נישט אוועקדרייען, דארפט איר פארן ווייטער און פאלגן דעם געזעץ, מען טאר זיך נישט איינדרייען אין א פלאץ וואו דער געזעץ ערלויבט נישט זיך צו דרייען, בפרט ווען מען טראגט קינדער איז דער דרייווער אחריות אויף די קינדער.
אויך אסר איך צו רייכערן אין די ישיבה באס און אין די ישיבה ווענס; נישט קיין חילוק ווען מען טראגט קינדער אדער ווען מען פארט אן קינדער, קיינער קען נישט רייכערן אינעם ישיבה באס און אינעם ישיבה ווען.
פאר איר פארט ארויס דארפט איר מאכן זיכער אז אלע קינדער זיצן און זענען צוגעבינדן, נאר אזוי קען מען אנהויבן פארן, אויב א קינד פאלגט נישט זאלט איר דאס איבערגעבן אין אפיס. אויב א קינד בינדט זיך אויף אינמיטן וועג זאלט איר זיך אוועק שטעלן אין די זייט פארמאכן דעם מאטאר און ווארטן ווי לאנג די קינדער וועלן פאלגן, זאל עס נעמען ווי לאנג עס וועט נעמען, שפעטער וועט איר דאס איבערגעבן פאר'ן מנהל.
פון היינט און ווייטער איז געענדיגט די זאך פון גיין צום לויער האברך היקר לי ... נרו יאיר, וואס העלפט מיר און ער נעמט אראפ אלע טיקעטס פון ישיבה; איך וועל רעדן צו אים און אים זאגן אז פון היינט אן זאל ער נישט אראפנעמען קיין טיקעט אויב דאס איז געכאפט געווארן דורך פארן ווילד און נישט געזעצליך.
איך האף איר וועט אננעמען מיינע ווערטער, איר וועט זיך נישט שפילן מיט לעבנ'ס פון קינדער, איר וועט פארן מיט פארזיכטיגקייט; וועט דער אייבערשטער אייך היטן.