בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת שופטים, ג' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן
טייערער ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך האלט אז זיין א באס דרייווער פאר די מוסד איז גאר א גוטע זאך, עס איז א מלאכה קלה ונקי', מען פארדינט שיין און מען ארבעט נאר אפאר שעה אינדערפרי און אפאר שעה נאכמיטאג. מען קען זיך קובע זיין א קביעות צו לערנען, און ווער רעדט נאך אז מען איז משמש דעם רבי'ן, מען ארבעט אין רבינ'ס חדר.
אז דו פרעגסט מיך וואלט איך דיר געראטן צו קומען דרייווען א באס פארן רבינ'ס חדר.
נאך א מעלה, מען איז ארומגענומען מיט א גוטע חברותא, מלמדים יראי שמים, ווי איידער צו גיין אין אן אפיס מיט מענטשן וואס האבן נישט מיטן רבי'ן וכו'.
זונטאג פאר איך שוין אהיים פון שטעטל, איך האב זיך זייער געבענקט, איך האב געמיינט איך וועל דיך זען דעם זומער, זעט אויס ביסט געווען פארנומען.