בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - האב מער רחמנות אויף די נאכגעלאזטע קינדער
רחמנות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויחי, ט"ו טבת, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע דיין תלמיד וואס האט א גערוך און ער איז אזוי נאכגעלאזט, און דו האסט נישט קיין געפיל צו אים, ער מאכט דיך נערוועז.


לדעתי דארפסטו זיך אפגעבן מיט דעם קינד מער ווי מיט די אנדערע, דארפסט רחמנות האבן אויף אים, ווייל א קינד וואס קומט מיט א שווערע גערוך, צעפלויגן וכו' – ווייזט דאס אז ער האט נישט א ווארעמע היים, די עלטערן זארגן נישט פאר אים.


בעט איך דיר, געב זיך אפ מיט דעם קינד, מאך אים שיין די פיאות, געב אים א שמייכל. געדענק וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט פשט אין "כְּאִילוּ יָלְדוֹ", וואס די הייליגע חכמים זאגן אויף: "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה" (סנהדרין יט:), מען זאגט דעם מלמד 'טראכט ווי דיין תלמיד איז דיין קינד'; דיין אייגן קינד וואלט דיך נישט נערוועז געמאכט, זאלסטו אויך פון די תלמידים נישט ווערן נערוועז.


לייג דיר אוועק דיין געלט, איך וויל דו זאלסט מיט דער צייט קויפן א הויז אין קרית ברסלב.