בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#76 - אסאך רעדן פון אמונה און אמונת חכמים
אמונה, אמונת חכמים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


אז דו האסט די זכי' צו לערנען מיט בני הנעורים, דו רעדסט צו זיי פון מידות טובות און פון יראת שמים – זאלסטו געדעקנען דעם דיבור וואס דער רבי האט געזאגט פאר מוהרנ"ת: "ווען דו ביסט מחדש חדושי תורה און דו קומסט אן צו די צוויי זאכן, 'אמונה' אדער 'צדיק' – זאלסטו אויסברייטערן דיין פענע"; זאלסט מער אויסשמועסן די צוויי זאכן, ווייל אויף די צוויי זאכן "אמונה" און "אמונת חכמים" דארף מען האבן אסאך חיזוק.


דערפאר בעט איך דיר, אז דו רעדסט מיט בני הנעורים, דו ביסט זיי מחזק, דו לערנסט זיי אויס די וועג פון לעבן – זאלסטו אסאך רעדן פון אמונה; מען זאל וויסן און געדענקען אז אלעס איז פונעם אייבערשטן, א שאד זיך צו אויפרעגן און נערוועז ווערן ווען אלעס האט א פלאן פונעם אייבערשטן, קיין שום זאך ווערט נישט געטון פון זיך אליינס, אדער פון מענטשן, אלעס אלעס איז דער אייבערשטער, און אויך זאלסטו מחזק זיין די יוגנט אויף אמונת חכמים; פאלגן וואס א צדיק זאגט, דא רעדט מען נישט פון א רבי מיט א קאלירטע בעקיטשע וכו', דא רעדט מען פון א צדיק וואס פירט מיך צו לעבן מיט די תורה, צו לערנען, און צו אמונה, און צו האבן א זיס לעבן וכו' וכו'.

#75 - קינדער און בחורים שפרינגען און טאנצן
ישיבה, שיעור, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב געהערט דיין מעסעדזש.


זעט אויס אז איך דארף דיך מער מחזק זיין צו האבן סבלנות צו בני הנעורים, ווייל די אלע וואס זענען עוסק מיט בני הנעורים דארפן אייזערנע סבלנות זיי צו קענען דילדן און אויסווארטן ביז מען זעט די פירות.


איך בעט דיר זייער, קוק אויף די קינדער און די בחורים מיט סבלנות, און אז זיי שפרינגען און טאנצן זאלסטו זיך נישט גיפטן און בייזערן, זאלסט וויסן אז דאס זענען קינדער, דאס זענען בחורים, און עס איז געזונט זיי זאלן שפרינגען און טאנצן, זיי זאלן זיך אויסגעבן, און אז זיי גייען און קומען ביי די שיעורים זאלסטו רעדן מיט זיי פון דאס חשיבות פון מיט האלטן א סדר, און אז דו וועסט רעדן צו זיי ווי מען רעדט צו ערוואקסענע מענטשן - וועלן זיי ווערן ערוואקסן.


געב איבער פאר די בחורים וואס לערנען מסכת תענית און זיצן אויבן אין שטיבל אין פאליש, און קומען נישט צו די שיעורים פונעם מגיד שיעור, אז עס שטערט מיר, און נישט דאס איז געווען מיין כוונה ווען איך האב זיי מעודד געווען צו לערנען מסכת תענית יעדן טאג בימי השובבי"ם; דאס קענען זיי טון אין די צייט ווען מען שמועסט און מען בטל'ט צייט, איך וויל אז יעדער בחור זאל זיצן ביי די שיעור, סיי פארמיטאג און סיי נאכמיטאג, בלי יוצא מן הכלל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#74 - סדר הנסיעה קיין ארץ ישראל, פרשת ויחי תשפ"ו
התחזקות, קברי צדיקים, מוסדות, נסיעה, ישיבה, הדרכות, ארץ ישראל, בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמות, ט"ז טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


לכבוד מיין ליבער טייערער ... נרו יאיר


איך האב זוכה געווען זיך אריבער צו כאפן פאר אפאר טעג קיין ארץ ישראל, זיך שטארקן מיט די חברים תלמידי היכל הקודש.


מיט מיר איז מיט געקומען האברך יעקב שאול נרו יאיר, אויך איז געפארן דער גבאי פון די ארץ ישראל'דיגע מוסדות, ר' אהרן וועבערמאן נרו יאיר, ער איז געפארן מוצאי שבת, א טאג פאראויס, אנצוגרייטן די מסיבה פאר אלע וואס העלפן די מוסדות.


מיר זענען ארויסגעפארן זונטאג נאכט, מעריב האב איך געדאווענט מיט די בחורים אין ישיבה, אויך האב איך נאך אנגעיאגט צו געבן א שיעור פאר די בחורים, מיר האבן געלערנט די מעשה ווי דער רבי דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה ב), אז די בת קיסר האט זיך גענייט מאנצבילשע קליידער וכו'; מיר האבן גערעדט פון די מעלה צו קענען זיין א משפיע, א מאן, נישט קיין מקבל, א פרוי; יעדע מאל מען קומט צווישן מענטשן זאל מען נישט ווארטן צו באקומען פון אנדערע – אויפמערקזאמקייט, נאר זיין א געבער, געבן פאר אנדערע גוטע ווערטער און געבן פאר אנדערע תשומת לב.


די טיקעטס האב איך געמאכט ביי אלי' קנאלל נרו יאיר, און ער האט מיך געטראגן צום עירפארט. אין עירפארט איז אלעס אריבער בשלום, אויך די וועג איז געווען זייער גרינג און געשמאק. יענקי האט מיט געברענגט קאווע מיט שאקאלאד, איך האב אביסל געשריבן בריוו, נאך א קורצע צייט האט מען געדאווענט שחרית און נאך א קורצע צייט מנחה.


מיר זענען אנגעקומען מאנטאג נאכט, מיר זענען גלייך געפארן קיין בני ברק צו די יארצייט סעודה פון מוהרנ"ת. שמעון עוזר פערל האט מיך אפגעווארט און גענומען קיין בני ברק, ער האט שוין חזקה אלע יארן מיך צו דרייווען. ער האט דאך אלעס אנגעהויבן; ביי אים אין שטוב האט מען געעפנט די ערשטע שול, ביי אים אין שטוב האט מען געעפנט די חדר, די סקול, און ביז היינט איז ביי אים אין שטוב די בית הדפוס. ער האט א קלענערע דירה ווי דיר, און ביי אים אין שטוב דרוקט מען אלעס, עס שטייט א גרויסע מאשין מיט צענדליגע קעסטלעך פאפיר, אזוי ווי ביי רבי נתן איז געווען אין שטוב א דפוס, און ער דרוקט פאר אלע מפיצים די וועכנטליכע גליונות און קונטרסים, עצתו אמונה.


דער גבאי פון די מוסדות ר' אהרן נרו יאיר האט אלעס צוגעגרייט, עס איז געווען זייער שיין און זייער פרייליך. מיר האבן גערעדט פון מוהרנ"ת, די סיפור התקרבות און נאך שיינע זאכן. אויך האט מען געפרעגט אפאר שאלות, איינע פון די שאלות איז געווען ווי אזוי קען מען האבן דא אין היכל הקודש א מורה דרך ווען מען קען נישט צוקומען און ווען מען פרעגט, מען שיקט שאלות - באקומט מען נישט קיין ענטפער; מיר האבן גערעדט אז אין די וועלט איז די שייכות פון א תלמיד מיט א רבי בעיקר אויף טעכנישע זאכן, אנדערש איז ביים רבי'ן וואס דער עיקר שייכות מיטן רבי'ן איז אויף עבודת השם, ווי מען קען זיך נאכאמאל באנייען, און ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו זיין א צדיק, און די סארט פראגעס דארף מען נישט קיין פערזענליכע תשובות, מען קען הערן די תשובות ביי די שיעורים און ביים לערנען די ספרים; עס איז כדאי אויסצוהערן דעם שמועס, אזוי וועסטו דאס קענען אריינלייגן אין דיינע תלמידים, ווייל דאס איז דער עיקר וואס מען דארף רעדן מיט תלמידים, זיי מחזק זיין זיי זאלן הערן שיעורים און לערנען די קונטרסים, און איך מוז דיר זאגן אז עס טוט מיר זייער וויי אז איך הער אז ענק האבן מבטל געווען די שיעור פון נאכמיטאג, די שיעור התחזקות, דאס איז דאך דער עיקר פון די ישיבה; אלע יארן איז געווען דער שיעור דער עיקר פון די ישיבה וואס מען האט געלייגט א שטארקע געוויכט אז אלע בחורים זאלן הערן די שיעור, ווייל נאר מיט חיזוק, נאר מיט די עצות פון רבי'ן - קען מען אנגיין, איז פארוואס האבן ענק מבטל געווען די שיעור? איך מוז דיר זאגן אז עס טוט מיר זייער וויי, איך שטרעג זיך אן צו געבן די שיעור אין ישיבה אין וויליאמסבורג נאר ווייל איך ווייס אז ענק האלטן מיט די שיעור, איז פארוואס האבן ענק מבטל געווען די שיעור? דאס האט מיך געמאכט איך זאל נישט געבן קיין שיעור אין ישיבה נישט זונטאג און נישט מאנטאג, אפילו אין ארץ ישראל זיצט דער מגיד שיעור יעדן טאג מיט אלע בחורים און זיי האלטן מיט די שיעור פון א טאג צוריק, אלע זיצן, מען קען דעמאלט גורס זיין משניות גמרא וכו', אבער אלע מוזן זיצן און הערן די שיעור, ווייל דאס איז אזוי וויכטיג, די יראת שמים און די חיזוק.


נאכן מסיבה זענען אלע אריבער געבן שלום, נאכדעם האבן מיר געדאווענט מעריב. איך בין געבליבן נעכטיגן אין בני ברק אין שטוב פון ר' יואל לעווי דער גבאי אין בני ברק, ער האט אנגעגרייט א נאכטמאל, איך האב נישט געהאט חשק צו עסן, איך עס נישט געווענליך פלייש נאר שבת, אבער אז מען קומט צו איינעם אין שטוב און יענער גרייט אן - איז ריכטיג צו עסן, ווייזן אז מען האט הנאה וואס זיי האבן געמאכט.


איך האב געוואלט טרינקען קאווע, מיר איז וויכטיג קאווע אז ביום התענית זאל איך נישט באקומען קאפ וויי. איך האב אהיים גערופן, גערעדט מיט מיין ווייב, געליינט קריאת שמע און געבעטן ר' יואל זאל מיך וועקן פארן עלות.


פיר דרייסיג פארטאגס האב איך זיך אויפגעוועקט, איך האב געטרינקען קאווע און געלערנט אביסל משניות. אויך ר' יואל האט זיך אויפגעוועקט, מיר האבן אביסל געשמועסט ווי גליקליך מיר זענען אז מיר זענען מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן אין חדר היכל הקודש. מיר זענען געגאנגען אין מקוה, משה רעכניצער האט אונז גענומען מיט זיין קאר צו די מקוה. עס איז נאך געווען פרי, זענען מיר געגאנגען אביסל לערנען אין חדר, דארט איז געקומען נאך אפאר מלמדים, אבא חייא, מען האט געשמועסט שיינע זאכן. לכתחילה האט מען אפגעשמועסט אז מען וועט מאכן דארט א מנין מיט די מלמדים איידער די קינדער קומען, שפעטער האב איך זיך געכאפט אז דאס איז נישט לכתחילה, צו מטלטל זיין א ספר תורה, זענען מיר געגאנגען דאווענען אין א שול נעבן דעם חדר, איך האב דארט עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל, ר' יואל לעווי האט מיר געקויפט די עליה, נאכן דאווענען בין איך געבליבן לערנען אביסל.


מיר זענען געווען באזוכן אין חדר אין בני ברק די דריי כיתות, ערשט די עלצטע כיתה פון ר' אבא חייא רייזמאן, די קינדער האבן געזינגען זייער שיין די "ואני – אין איך יעקב", יעצט איז ר' אבא חייא פארנומען מיט זיך פארהערן די הוראה, האט איבערגענומען דער זון פון ר' יואל לעווי, וואלווי, ער איז זייער א גוטער מלמד, אויך איז דארט נאכמיטאג דער מלמד חיים יאקאבאוויטש; אויך די מיטלסטע כיתה איז דער מלמד יודא דוד לעווי דער זון פון ר' יואל לעווי, זייער א גוטע מלמד, און די דריטע כיתה איז די יונגסטע כיתה, דער מלמד איז ר' ישראל סופר, זייער א גוטע מלמד.


ביי ענק אין שטעטל איז שוין היינט דא אלע כיתות, אבער דו געדענקסט אודאי ווי אזוי מיר האבן געעפנט די חדר מיט זיבעצן יאר צוריק, תש"ע, מיט דריי כיתות. דו ביסט אריינגעקומען אין די עלצטע כיתה, און אזוי האבן מיר געצויגן אסאך יארן ביז מען האט שוין היינט אלע כיתות. אזוי וועט זיין אויך אין ארץ ישראל, יעצט איז דא ווייניג קינדער, לערנען די קינדער פון אפאר יאר אינאיינעם, און שפעטער וועט זיין גענוג קינדער פאר אלע כיתות.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין יבנאל, איך האב געוואלט פארן פריוואט מיטן מנהל יצחק פאפנהיים, אזוי קענען מיר רעדן אלעס פון די מוסד, ער האט אזויפיל זאכן צו רעדן מיט מיר, זאכן וואס זאמלען זיך אן במשך די יאר, און טאקע אזוי, איך בין מיט אים געפארן פריוואט, און אויפן וועג האבן מיר גערעדט ווי אזוי צו מאכן שענער און בעסער די חדר און די סקול. מיר זענען אריבער געגאנגען אלע מלמדים און אלע טיטשערס, ברוך ה' אלע זענען זייער טייער, יעדער האט זיינע מעלות פאר די קינדער. אינמיטן וועג האב איך געטראכט אז איך בין שוין סיי ווי אין גליל, לאמיר זיך אריבערכאפן צו רבי שמעון און צו רבי מאיר מתפלל זיין פאר מיר און פאר אלע תלמידים; מיר האבן געטוישט די פלאן, מיר האבן געטראכט אז מיר וועלן גיין ערשט קיין מירון און נאכדעם קיין יבנאל און טבריה.


איך בין געגאנגען מתפלל זיין ביי קברי אבות, ביי מיין זיידע באבע, אויבן אויפן בארג אין מירון ליגן זיי, העכער די ציון פון קבר התנא אלוקי רבי יוחנן הסנדלר, אויך האב איך געדאווענט ביי רבי יוחנן הסנדלר, און אויך האב איך זיך מתבודד געווען און זיך מתבודד געווען ביי וכו', פון דארט זענען מיר געגאנגען צום הייליגן רבי שמעון. ערשט האבן מיר געדאווענט מנחה, מען האט געליינט. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן אז איך וויל עולה זיין, און דער וואס האט אויסגערופן האט מיר געגעבן אן עליה, נאכדעם האב איך געזאגט די תפילה פון ליקוטי תפילות פון "לכו חזו", איך האב דאס איבערגעזאגט דריי מאל, איך האב זייער געוויינט צו רבי שמעון זאל רחמנות האבן אויף מיר, איך האב זייער ליב די תפילה ווי מוהרנ"ת דאווענט צום אייבערשטן ער זאל העלפן אז די צדיקים זאלן זיך וויסנדיג מאכן פון אונז און אונז נישט אוועק ווארפן; אוי איז דאס א וויכטיגע תפילה, ווייל מיר קענען נישט אליינס, מיר דארפן די צדיקים זאלן אונז מחזק זיין און מקרב זיין צום אייבערשטן.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין טבריה צום הייליגן רבי מאיר בעל הנס, דארט האב איך געטראפן אנשי שלומינו פון יבנאל, טבריה און פון בני ברק, איך האב דארט געזאגט דעם יום תהלים און זיך גוט מתבודד געווען, אויך האב איך געצינדן א לעכט מיט שמן זית לזכות התנא רבי מאיר. מוהרא"ש זאגט אין די בריוו אז דאס איז מסוגל פאר ישועות, איך האב באזונדער געבעטן פאר אלע תומכים וואס העלפן מיר חודש'ליך מיט געבן צדקה פאר רבי מאיר בעל הנס פאר אונזערע מוסדות, זיי נעמען אראפ פון מיר די שווערע לאסט וואס איך טראג, די מוסדות אין ארץ ישראל קאסט חודש'ליך אכציג טויזנט דאלער; עס קומט אריין שכר לימוד בערך צען פופצן טויזנט און די איבריגע ליגט אויף מיר צו שאפן, און ברוך השם דער גבאי ר' אהרן וועבערמאן האט אויפגעשטעלט א קרן הצלה וואס ברענגט אריין חודש'ליך כמעט די גאנצע געלט, איך האב געבעטן דעם אייבערשטן זאל ערפילן אלעמענ'ס בקשות.


מיר האבן געדאווענט מעריב ביי רבי מאיר און פון דארט בין איך געפארן צום שטוב פון ר' יוסל סאקס דער גבאי און מלמד פון טבריה, ער האט צוגעשטעלט פיינע מזונות מיט פיינע קאווע, עס איז געווען זייער געשמאק, מען האט אביסל געשמועסט, און פון דארט זענען מיר געפארן קיין יבנאל, נאר צוליב דעם בין איך געפארן קיין צפון, איך קען נישט קומען קיין ארץ ישראל אן גיין צו מיין רבי מוהרא"ש, איך האב געזאגט די צען קאפיטלעך תהילים און זיך מתבודד געווען, איך האב געבעטן פאר מיר, געבעטן פאר אנשי שלומינו און פאר די גאנצע קהילה.


פון דארט זענען מיר געפארן קיין אלעד צום שטוב פון נח לוין, ער האט אנגעגרייט א סעודה פאר אלע תומכים פון 'קרן הצלה', די וואס שטיצן חודש'ליך די מוסד, דער גבאי ר' אהרן ווערבערמאן העלפט מיר זייער מיט די 'קרן', ער האט דאס אנגעגרייט.


ער האט אנגעגרייט א סעודה, ער האט געבעטן איך זאל זיך וואשן נטילת ידים, איך האב געזאגט אז אויב איינער וועט מאכן א סיום וועט עס זיין א סעודת מצוה וועל איך זיך וואשן. דארט איז געווען אנשי שלומינו וואס האבן גלייך געמאכט סיומים אויף בבלי און אויף משניות, עס איז געווען גאר א שיינע סעודה, עס האט זיך געצויגן אין די נאכט אריין, מען האט געשמועסט פון די מתנות וואס מען איז זוכה צו באקומען אין היכל הקודש, די חינוך ביי די קינדער און די שלום בית. איך האב אנגעהויבן רעדן צו אנשי שלומינו אז מען מוז זען עפעס צו טון פאר הפצה, מען זאל מאכן חבורות אין אלע שטעטלעך, צעטיילן די שטעט לויט וויפיל שולן עס איז דא, און יעדער אינגערמאן און בחור זאלן נעמען כך וכך שולן יעדן שבת צו לייגן גליונות, אבער דער גבאי ר' אהרן האט איבערגענומען די מייק און געזאגט אז ער האט א טענה, ער האט נישט געמאכט די מסיבה פאר הפצה, ער האט געמאכט די מסיבה פאר החזקת המוסדות, ער האט געבעטן מען זאל טוישן די שמועס, מען זאל רעדן פון די מוסד, ער האט געזאגט אז יעדע טאטע וואס האט עפעס צו דערציילן עפעס ספעציעל פון די מוסד זאל דערציילן; וואס זאל איך דיר זאגן, איך האב זיך געווישט די טרערן, טאטעס האבן דערציילט פון די רחמנות ווי די מלמדים און די טיטשערס געבן זיך אפ מיט די קינדער, ווי זיי געבן אכטונג אויף די קינדער זיי זאלן נישט ווערן צעקלאפט און פארשעמט, איך האב געשלינגען יעדע מעשה מיט פארגעניגן.


אויך האט זיך איינער אויפגעשטעלט און דערציילט אז ער האט א ברודער וואס האט געלערנט פאריאר אין ישיבה ביי משה שמואל, און דער ברודער איז למעשה געגאנגען ארבעטן, און ער דערציילט אים אז דארט ביי די ארבעט איז דא נאך בחורים עלטער פון אים וואס רעדן געמיין, שמוציג, ניבול פה, און ער דערציילט דעם ברודער: "איך זאג זיי אז דא קען מען נישט רעדן ניבול פה און אלע פאלגן", אויך האט ער דערציילט אז דער ברודער דארף אויפשטיין גאר פרי צו קענען דאווענען און אנטון תפילין איידער ער גייט אין ארבעט, איך האב שטילערהייט געוויינט, ווייל איך געדענק ווי דער מגיד שיעור פלעגט מיר שרייבן כמעט יעדן טאג, (ער שרייבט מיר יעדן טאג אפאר שורות ראשי פרקים וואס גייט אריבער אויף אים אין ישיבה מיט די בחורים), אז ער ווייסט נישט וואס צו טון מיט דעם בחור, עס זעט נישט אויס ווי ער הערט אויס זיינע דרשות, און בכלל, ער זיצט נישט איין, ער גייט און קומט וכו' וכו', און איך פלעג אים מחזק זיין ער זאל ווייטער רעדן פון יראת שמים, ווייל עס איז נישט מעגליך עס זאל נישט אריינגיין אין  הארץ, שפעטער האב איך געזאגט פאר משה שמואל, וואלט ער געזיצן נעבן מיר וואלט איך אים געגעבן א ציפ ווען דער ברודער האט גערעדט, ער זאל געדענקען אויף ווייטער אז קיין איין ווארט גייט נישט לאיבוד, עס איז נאר קטנות הדעת וואס מגידי שיעורים, מחנכים און מלמדים גייען אריבער.


פון דארט זענען מיר געפארן מיט יצחק דער מנהל קיין ירושלים, איך האב געבעטן די גבאים זאלן נישט ארויסנעמען קיין דירה מיט קיין קאר פאר מיר, א שאד די געלט, איך וועל ענדערש איינשטיין ביי אנשי שלומינו. דער מגיד שיעור ר' משה שמואל האט מיך אריינגענומען אין שטוב, געמאכט הכנסת אורחים.


מיטוואך ויחי אינדערפרי בין איך געבליבן אין די דירה לערנען, איך האב געוואוסט אז איך וועל קומען אין שול ווארט מיר אפ ארבעט ביז שפעט ביינאכט און איך מוז אנהייבן מיין טאג מיט לערנען מיינע שיעורים, מוהרא"ש האט אזוי אריינגעלייגט אין אונז אז מען קען נישט אן די שיעורים כסדרן. איך בין געגאנגען אין מקוה, משה שמואל האט מיך באגלייט, נאכן מקוה זענען מיר געגאנגען אין שול דאווענען, ר' אהרן גאלדשטיין איז אין יאר, ער האט געדאווענט פארן עמוד שחרית. נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט דעם דף גמרא, נאכן שיעור איז געווען שיינע שמועסן, קענסט עס הערן אויפן טעלעפאן ליין.


פון דארט זענען מיר געגאנגען קיין בית פיגא, עס איז אזוי שיין און ערליך, די מיידלעך, די לערערינס זענען זייער איידל און האבן גוטע מידות. אמאל איז דאס א סתירה, ווייל ווי מער פרום מען איז קען עס קומען פון שלעכטס, דא איז אבער נישט אזוי, זיי זענען אנגעפילט מיט גוטע מידות. עס זענען געווען תלמידות וואס האבן אנגעגרייט שאלות, איין פראגע פון א תלמידה האט מיך געשטערט, א תלמידה פרעגט וואס זי זאל טון ווען זי קומט מיט א נייע קלייד אדער נייע שיך, נייע צירונג - אין סקול, און קיינער זאגט איר גארנישט; איך האב געענטפערט וואס זי זאל טון, אבער איך האב א פראגע צו די טיטשערס, ווי קען זיין אזא זאך אז א קינד קומט מיט א נייע זאך אנגעטון און די טיטשערס מאכן נישט קיין עסק דערפון? מען דארף געדענקען צו געבן אויפמערקזאמקייט, מען דארף געדענקען צו געבן פאר די קינדער אטענשן, דארט רופט מען דאס תשומת לב, דאס איז אזוי וויכטיג און אזוי געזונט פאר קינדער, עס בויט אויף זייער זעל.


איך בין אביסל מרחיב ביי דעם פרט ווייל דו ביסט א מגיד שיעור, ביסט געשטעלט צו מחנך זיין קינדער און בחורים, דארפסטו וויסן אז געבן געפיל, געבן גוטע ווערטער - איז זייער זייער וויכטיג פאר קינדער און בחורים.


מיר זענען געפארן מיט די בחורים קיין קבר רחל, די בחורים האבן מיר געפרעגט אויפן וועג אויב דער ראש ישיבה איז סאטמער, ווייל ווי זיי ווייסן גייען נישט סאטמערע חסידים צו קבר רחל און קיין חברון צו די מערת המכפילה; איך האב זיי געזאגט אז איך בין א סאטמער תלמיד, און איך פלעג גיין מיט מיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה צו קבר רחל, אזוי אויך בין איך געגאנגען מיט מיין זיידע קיין חברון צו די מערת המכפלה, מיין זיידע איז געווען א תלמיד פון הייליגן רבי'ן און ער איז יא געגענגען.


די פארגאנגענע וואך פרשת ויחי קומען אסאך תלמוד תורה'ס צו קבר רחל זינגען דארט די "ואני" וואס רעדט זיך פון די מאמע רחל, ווי זי וועט אויפשטיין פון קבר און וויינען און שרייען צום אייבערשטן פאר אידישע קינדער.


איך האב געדאווענט מנחה ביי קבר רחל און געזאגט א חלק פונעם יום תהלים און געמאכט אביסל התבודדות, איך האב זיך נישט געקענט מיישב זיין דארט ווייל אפאר מענטשן האבן דארט געזינגען און געשריגן און געמאכט א קאפ וויי.


פון דארט בין איך געפארן מיט די בחורים צום הר הזיתים צום ציון פון הייליגן אור החיים הקדוש, איך האב זיי געדארפט אביסל מוסר געבן אז זיי זאלן זיך אויפפירן מיט דרך ארץ, נישט רעדן און נישט לאכן, מען מוז זיך פירן ביי קברי צדיקים מיט גרויס יראה.


איך שרייב דיר דאס ווייל אז דו נעמסט אמאל די בחורים צו קברי צדיקים, אין מאנסי צום ריבניצער רבי'ס ציון, אדער קיין קרית יואל צום סאטמער רבי'ס ציון, זאלסטו זיי אנגרייטן ווי אזוי זיך אויפצופירן, נישט רעדן און נישט לאכן, עס איז נישט קיין פארק וואו מען טאנצט און מען שפרינגט, מען מוז קומען מיט גרויס דרך ארץ. אויך זענען מיר געגאנגען צום ציון פון רש"ש, איך האב נישט געזאגט דארט תהלים און זיך נישט פארזוימט דארט, ווייל עס איז געווען קאלט און טינקל און איך בין געווען זייער אפגעמאטערט.


פון דארט זענען מיר געפארן צו שמעון הצדיק, איך האב זייער הנאה געהאט צו פארן מיט די בחורים, זיצן מיט זיי אין איין באס, פון אונטן, אויסגעמישט מיט זיי, הערן זייערע שמועסן, זייערע ווערטלעך, איך האב געזען אז זיי זענען ערליך און וואויל, אלע רעדן איידל, אלע רעדן שיין.


פון דארט בין איך געגאנגען אין א דירה, איך האב געטראכט צו גיין שלאפן און איך האב שוין אפילו אפגעשמועסט מיטן מגיד שיעור זאל קומען פארטאגס מיך נעמען, איך האב געוואלט גיין מיט אים וכו', למעשה האב איך געדארפט זיצן מיט די הנהלת המוסד ווי אזוי אוועקצושטעלן די מוסדות, די געלט זאכן, עס האט זיך פארצויגן ביז איינס אזייגער ביינאכט, אויך איז געקומען א משפחה וואס די ווייב איז א לערערין אין ירושלים סקול, אפשערן אביסל האר, מאכן חאלאקא. די מיטונג מיט די חברי הנהלה האט זיך זייער געשלעפט, אבער איך קען זאגן בפה מלא אז עס איז מיר געווען ווערד צו קומען קיין ארץ ישראל נאר פאר די מיטונג, עס זאל זיין שלום צווישן אונז, עס זאל זיין מסודר ווי אזוי די מוסד זאל זיך פירן.


דאנערשטאג בין איך געגענגען מיטן מגיד שיעור, ער האט מיך באגלייט אין מקוה, שחרית האב איך געדאווענט אין אונזער שול, איך האב עולה געווען, און נאכן דאווענען האב איך געגעבן א גמרא שיעור. ר' אהרן שלעזינגער האט מיר געברענגט דעם דריטן באנד "ותחיין את הילדים", הערליך שיין, א הערליכע ארבעט, צאמגענומען עצות פאר חינוך, די ספר מאכט א דורכברוך אין די וועלט.


פון דארט בין איך ארויף אין חדר צו די עלצטע כיתה, דער מלמד איז ר' יוסף כ"ץ, די קינדער זענען זייער וואויל, זיי האבן געזינגען די צוויי "ואני'ס", אין בני ברק חדר האבן זיי נישט געוואוסט אז מען מאכט אן עסק פון ביידע "ואני'ס", איך האב זיי געזינגען אויף די צווייטע "ואני" נאך א פשט, די פשט וואס דער רבי זאגט אין לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ט, "ואני", און איך יעקב, "נתתי לך שכם אחד אל אחיך", וואס מען איז זוכה דורך תפילה, צו ווערן בעל הבית אויף די דריי חלקים פון די וועלט, "ש'פל כ'וכב מ'זל" וואס איז די ראשי תיבות "שכ"ם", און אפילו מען איז נעבעך בשפל המדריגה, מען ליגט אין בלאטע, אין עבירות, אבער דורך תפילה קען מען זוכה זיין צו קומען פון ש'פל צו כ'וכב, ביז מען ווערט גאר ביי די מדריגה פון א מ'לאך, דאס איז "שכם", איך האב זיי דאס געזינגען זייער שיין, די קינדער האבן זייער הנאה געהאט.


אויפן וועג אהיים פון חדר בין איך געגאנגען מנחם אבל זיין ר' משה כהנה, ער האט א זון אין ישיבה, ער דאווענט ביי אונז, זיין מאמע איז אוועק. איך האב מנחם געווען אויך זיין טאטע, דער גרויסע תלמיד חכם, הרב הצדיק רבי אייזיק כהנה שליט"א, א רב אין די עדה החרדית, און פון דארט בין איך געגענגען געבן א שיעור פאר די אברכים, דאס איז מיר געווען זייער חשוב, איך האב שוין געהאט געזאגט לאנג צוריק פאר ר' משה שמואל וואס ער לערנט די תלמידים די חתנים אין ישיבה, אז ווען איך וועל קומען קיין ארץ ישראל וויל איך לערנען מיט די פרישע אינגעלייט פריוואט, זיי לערנען ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז מדריך געווען צו לעבן א חתונה געהאטע לעבן, אן קיין חומרות און אן קיין פרישות.


נאכדעם זענען מיר געזיצן נאכאמאל מיט די גבאי המוסדות ר' אהרן וועבערמאן מיט די הנהלה, אויסארבעטן ווי אזוי צו פירן די מוסד; איך רעד נישט די וועג פון חינוך, מיר האבן גערעדט ווי אזוי די געלט, די פאנדרעיזינג זאל ארבעטן, איך האב זיי געזאגט כמה פעמים אז די הצלחה פון א מוסד איז נישט די געלט, דער הייליגער סאטמער רבי האט געזאגט: "א מוסד פארמאכט זיך נישט אז עס פעלט געלט, א מוסד פארמאכט זיך אז מען קריגט זיך", און אז מיר וועלן לעבן מיט ליבשאפט וועלן מיר זייער מצליח זיין. אזוי ווי א שטוב, טאטע מאמע קענען לעבן און ערציען די קינדער אן געלט, מען בארגט און מען זארגט וכו', אבער אויב מען האט זיך נישט ליב, מען באשולדיגט זיך איינער דעם צווייטן - איז א רחמנות אויף די קינדער; עס איז מיר ווערד געווען אוועק צו געבן שעות אויף שעות עס זאל זיין אוועקגעשטעלט ריכטיג צווישן די חברי הנהלה ווי אזוי אלעס זאל זיך פירן.


אויך בין איך געזיצן פאר א שעה און א האלב מיט אלע לערערינס פון אלע בית פיגא'ס, איך מיטן מנהל זענען געזיצן אויף איין זייט, און פון די אנדערע זייט זענען געזיצן די לערערינס, מען האט גערעדט פון שאלות וואס לערערינס דארפן וויסן (איך האף צו קענען שרייבן שיינע תשובות אויף אלע שאלות).


נאכדעם זענען מיר געזיצן פאר א שעה און א האלב מיט אלע מלמדים פון אלע חדרים; ירושלים, טבריה און בני ברק. ערשט האט מען געדאווענט מנחה מעריב אין די דירה, מען האט געשמועסט אלעס וואס איז נוגע פאר חדר. אברהם רוטמאן איז געקומען מיט זיין משפחה, ער האט געמאכט א חאלאקע, איך האב אפגעשוירן אביסל האר פון זיין זון און אים געבענטשט, איך האב הכרת הטוב פאר אים פאר אלעס וואס ער טוט פאר מיר און פאר די מוסד.


פון דארט בין איך געפארן אין שול געבן די ליל שישי שיעור, עס איז געווען אביסל שווער פארן עולם ווייל עס האט גערעגנט, די שול איז געווען אנגעפאקט, און די מענטשן פון גאס וואס זענען געשטאנען אינדרויסן זענען געווארן נאס.


ביים שיעור האבן מיר גערעדט פון די ערשטע רש"י, "למה פרשה זו סתומה", פארוואס איז פרשת ויחי פארשטאפט? מיר האבן גערעדט אז דאס וואס מען זעט ביי זיך 'פרשת סתומה', מען ווייסט נישט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין לעבן, דאס קומט פון יעקב אבינו ווערט נפטר, מען לעבט נישט מיטן צדיק; און איך בעט דיר אלס מגיד שיעור, דאס זאלסטו רעדן צו דיינע תלמידים, אז מען מוז לעבן מיט א צדיק, און מען דארף האבן א מורה דרך אין לעבן, רעד צו זיי שיין און זיס, זיי זאלן בוחר זיין בטוב.


אויך האב מיר גערעדט פון דעם וואס יעקב אבינו האט גענומען יוסף'ס קינדער און זיי ארומגענומען, געקישט און געהאלזדט, ווייל נאר אזוי קען מען מאכן די דורות זאלן זיך ווייטער ציען, מיט ליבשאפט, און נאר אזוי קען א מגיד שיעור מצליח זיין, אז מען רעדט מיט ליבשאפט, נאר אז מען האט ליב די קינדער.


נאכן שיעור בין איך צוגעגאנגען צו א בר מצווה פון א משפחה וואס ביי זיי פלעג איך אמאל איינשטיין ווען איך פלעג קומען אין ארץ ישראל, גאר א חשוב'ע משפחה, סיי דער טאטע און סיי די מאמע, א ברסלב'ע משפחה, משפחת בורנשטיין. ביי זיי אין שטוב האט זיך אלעס אנגעפאנגען, ביי זיי אין שטוב איז געווען די ערשטע שיעור וואס איך האב געגעבן אין ירושלים, איך האב געגעבן דעם בחור א מתנה א אידישע אשר בנחל.


פון דארט בין איך געפארן מיט שמעון עוזר צום עירפארט, אויפן וועג אהיים איז געווען זייער שווער צו פארן, עס איז געגאנגען א גאס רעגן, מען האט ממש נישט געקענט זען וואו מען פארט.


אויפן וועג בין איך געשלאפן די גאנצע וועג, פרייטאג פארטאגס זענען מיר אנגעקומען בשלום אהיים.


שמעון פיש האט מיך אפגעווארט און גענומען אהיים, שבת בין איך געווען אין ישיבה, עס איז געווען שיינע דיבורים אין ישיבה.


אויך נעכטן זונטאג בין איך געפארן קיין קווינס געבן א שיעור פאר א ספרדי'שע קהלה, זיי זענען מיר געקומען בעטן אז זיי ווילן הערן דעם רבינ'ס עצות ווי מען געבן דאס איבער אין היכל הקודש, איך בין געגאנגען צו זיי. איך האב זייער הנאה געהאט, טייערע ליכטיגע ספרדי'שע אידן אנגעפילט מיט תמימות, הלואי זאלן מיר האבן אזא תמימות און אזא אמונת חכמים.


איך שרייב דיר נאכאמאל אז עס טוט מיר זייער וויי אז ענק האבן מבטל געווען די שיעור, דאס איז דאך דער עיקר פון די ישיבה, אז די בחורים זאלן מקבל זיין די פאר יאר וואס זיי זענען אין ישיבה וואס מיר האבן איבערצוגעבן פון וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש; איך וויל דו זאלסט עס צוריק מאכן.


איך וויל זאלסט רעדן מיט משה שמואל, ומקבלין דין מן דין; ווייל וואס איך רעדט מיט אים איז נוגע פאר דיר און וואס איך זאג דיר איז נוגע פאר אים, איך וויל ענק זאלן קענען אריינלייגן דאס מערסטע אין די תלמידים.


איך מוז אהיים לויפן, זיי געזונט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#73 - דן זיין לכף זכות
משמש דעם רבי'ן, דן לכף זכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויגש, ד' טבת, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר ויזרח


דראפע זיך און דערהאלט זיך!


דו האסט א טענה אז דער מנהל איז דיר נישט דן לכף זכות ווען אין די זעלבע צייט ביסטו אים נישט דן לכף זכות... דו ווייסט וואס ליגט אויף א מנהל? דו ווייסט אז יעדע רגע גייט אריבער אויף אים שטארקע דריק וכו' וכו'; אז דו וועסט אים דן זיין לכף זכות וועט ער דיר דן זיין לכף זכות.


שטארק זיך מיט אלע כוחות צו ווייטער העלפן דעם רבי'ן, בלייב משמש זיין דעם רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#72 - א מלמד זאל דערציילן מעשיות פון צדיקים
סיפורי צדיקים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ה' כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וואויל איז דיר אז דו ביסט א מלמד פאר תינוקות של בית רבן, דו לערנסט מיט זיי תורה ויראת שמים.


איך וויל דיר בעטן זאלסט יעדן טאג דערציילן פאר די קינדער מעשיות פון צדיקים, ווייל דער רבי האט אונז קלאר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קלח), אז דער עיקר וואס עס האט אים געצויגן צו וועלן זיין א צדיק, איז געווען דורכדעם וואס ער האט געהערט זייער אסאך מעשיות פון צדיקים, ווייל דער רבי איז אויפגעוואקסן אין די הויז פון זיידן, דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, און דארט זענען געקומען אלע צדיקים, אלע זענען געקומען קיין מעזיבוז צום ציון פון בעל שם טוב, און זיי זענען דארט איינגעשטאנען, דארט האט ער געהערט זייער אסאך מעשיות, און דאס האט אים דערוועקט ער זאל אויך זיין א צדיק.


קענסט אויסשטעלן דעם טאג, אנציען די קינדער, אז אויב וועט מען פלייסיג לערנען און פלייסיג דאווענען – וועט מען דערציילן נאך א מעשה.

#71 - יעדע ווארט וואס מ'רעדט צו קינדער איז עושה רושם
זעלבס זיכערקייט, נקודות טובות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט פון זיין א מלמד, לייג אריין אין די קינדער מידות טובות און יראת שמים, און טו גלייבן אז יעדע ווארט וואס מען לייגט אריין אין קינדער איז עושה רושם, אפילו מען טוט דאס נישט אנזען אויף די מינוט.


אויך זאלסטו חזר'ן סימן רפ"ב פון ליקוטי מוהר"ן חלק א'; די תורה איז די פונדאמענט פון אידישקייט, וואו דער רבי טוט ערקלערן מען מוז זען אין זיך אליין גוטס, מען מוז האלטן פון זיך, מען מוז קוקן גוט אויף זיך, ווייל דער סמ"ך מ"ם טוט מיט רשעות צעברעכן דעם מענטש, ביז דער מענטש ווערט בבחינת מת, א טויטער; אזוי ווארפט ער אים אראפ אין שאול תחתית רחמנא לצלן.


גיי א טענצל יעדן טאג 'ברוך שלא עשני גוי, טאטע איך לויב דיך אז איך בין א איד'.

#70 - נישט דערשרעקן קינדער אין א טונקעלע שטוב
פחדים, חינוך הילדים, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת לך לך, ה' מרחשון, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


מרת ... תחי', מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


אויף די פראגע וכו'; מען טאר נישט דערשרעקן קינדער און זיכער נישט קליינע קינדער, זיי לייגן אין א טינקעלע שטוב און זאגן אז זיי גייען בלייבן דא א גאנצן טאג און א גאנצע נאכט וכו', דאס איז א סכנה, עס קען שאטן זייער זעל און נאך אסאך זאכן.


וואס קען מען יא טון ווען א קינד איז זייער זייער ווילד און שטערט די טיטשער פון רעדן, שטערט די קלאס פון קענען אנגיין? מען קען לייגן די קינד אין א ליידיגע כיתה און זאגן די קינד: "דאס איז דיין כיתה, דא קענסטו רעדן, דא קענסטו ארומלויפן, דא קענסטו טון וואס דו ווילסט"; דאס דארף צו העלפן אז די קינד זאל אנהייבן הערן וואס מען רעדט. פארשטייט זיך אז דאס טאר נישט צוגיין מיט שרעק, עס טאר נישט זיין טונקל אדער שרעקעדיג, נאר מיט די געדאנק אז אין די געהעריגע כיתה קען מען זיין נאר אז מען הערט אויס וואס די טיטשער זאגט.


אויך איז וויכטיג צו וויסן וואס מוהרא"ש זאגט (קונטרס חינוך למחנכים): "והדבר שמעצבן ביותר את הילד שאין נותנים לו להפסקה לשחק", אז מען לאזט נישט דעם קינד גיין שפילן ביי הפסקה - דאס רעדט צו אים און מאכט אים פארשטיין אז ער דארף פאלגן, מוהרא"ש זאגט מען זאל זאגט דעם קינד: "היינט האסטו געשטערט אין קלאס, היינט קענסטו נישט גיין שפילן".


מען דארף געדענקען אז מיט די קנס דארף מען אויך געבן שיינע ווארעמע ווערטער, עס טאר נישט קומען מתוך כעס אדער מתוך נקמה חס ושלום, מען דארף שטענדיג געדענקען אז קינדער זענען קינדער, קינדער דארף מען אויסלערנען, קינדער דארף מען מחנך זיין, און אז דאס קינד הערט נישט - שטעלט מען אים אין א זייט מיט די חשבון אז דאס זאל אים מאכן דערהערן.


והעיקר דארף מען אסאך תפילה פאר אלע קינדער און פאר אלע טיטשערס און פאר די הצלחה פון די סקול.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#69 - לערנען מיט די בחורים, און שפילן מיט זיי
בריוו, ישיבה, הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ז אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


ביים לערנען גמרא האב איך געטראכט א שיינע זאך וואס קען זיין א גוטע חיזוק והדרכה פאר מלמדים.


די גמרא דערציילט (עבודה זרה ג:) דעם אייבערשטנ'ס סדר היום, די ערשטע דריי שעה פון טאג לערנט דער אייבערשטער תורה, די צווייטע דריי שעה איז דער אייבערשטער דן די וועלט מיט גרויס רחמנות, די דריטע דריי שעה שפייזט ער די גאנצע וועלט, און די לעצטע דריי שעה "יושב ומשחק עם לויתן", כביכול ער האט א שפיל מיט די לויתן; פרעגט די גמרא, אין א צווייטע פלאץ זעען מיר אז די לעצטע דריי שעה – "יושב ומלמד", לערנט דער אייבערשטער תורה מיט תינוקות של בית רבן?! די גמרא ענטפערט צוויי תירוצים, די צווייטע תירוץ איז: "הא והא עביד", ער טוט ביידע אינאיינעם; דאס לערנט אונז אז דאס לערנען תורה מיט קינדער דארף צו גיין אויף די וועג פון "הא והא עביד", דער מלמד דארף זיך אויך שפילן מיט זיי, אזוי ווי כביכול דער אייבערשטער טוט, "יושב ומלמד תינוקות של בית רבן, ויושב ומשחק עם לויתן".


איך בעט דיר זייער זאלסט נעמען דעם בריוו אויף למעשה, סיי לערנען מיט די בחורים גמרא, און סיי גיין מיט זיי שפילן. מוהרא"ש אמר לי בפירוש, די בחורים זאלן שפילן, די בחורים זאלן זיך אויסגעבן, אבער נאכדעם און פארדעם זאלן זיי לערנען פלייסיג שיעורים כסדרן, משניות, גמרא והלכה.


אויך האב איך דיר געשריבן זייער אסאך בריוו, מאך זיך א קביעות דאס צו איבערגיין און איבערליינען כאילו עס איז א נייע בריוו, און בעט דעם אייבערשטן זאלסט דאס קענען מקיים זיין.

#68 - לייג אריין דיינע כוחות אין די חדר
משמש דעם רבי'ן, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תצא, י"א אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


איך זע אז דו ווילסט זייער העלפן די קהילה, דו פרובירסט צו העלפן ווי דו קענסט נאר.


וויל איך דיר בעטן, לייג אריין דיינע כוחות אין די חדר, דו האסט דאך א געפיל פאר די חדר, איך זע ביי דיר אין כתה ביסטו זייער מצליח, און אז דו האסט נאך כח, נאך צייט – זאלסטו דאס ניצן צו העלפן די חדר, אראפנעמען ארבעט פון די מנהל. אלעס אנדערש וועט מען טרעפן מענטשן וואס זאלן טון, אבער די חדר דאס איז מיר דאס וויכטיגסטע, די קינדער זאלן מצליח זיין אין לערנען און מיט אלעס וואס מען קען מיט זיי אויפטון.


מיט די קינדער איז דא אזויפיל וואס צו טון, און אפילו אלעס וועט זיין מסודר – וועט מען אלץ קענען מאכן שענער און שענער.


איך האב דיך ליב, איך האף דו וועסט מיר נישט אפזאגן.

#67 - ליב האבן יעדן איינציגסטן קינד
חודש אלול, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ז מנחם-אב, ער"ח מוקדם, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...


עס קומט חודש אלול, מען דארף מאכן א חשבון הנפש, איך וויל זיך דורכרעדן מיט דיר; דו ביסט דאך א מחנך ביי אונז אין מוסד, וויל איך וויסן ווי אזוי דו קוקסט אויף די טייערע קינדער; איך וויל דו זאלסט ליב האבן יעדן איינציגסטן קינד, ווייל אויב דו קוקסט מיט ביטול אויף זיי - איז א שאד די צייט, א שאד די ארבעט, עס וועט נישט זיין קיין הצלחה, און דערפאר האט דער רבי נישט געוואלט מען זאל זיין א מלמד.


דער רבי האט אמאל געפרעגט איינער פון די תלמידים וואס איז געווען א מלמד: "וויפיל פארדינסטו א וואך שכר לימוד? צעטייל דיין געלט אויפן טאג און אויפן שעה, וויפיל קומט דיר אויס צו מאכן א מינוט? ממש קליין געלט, קומט אויס אז דו קענסט פארלירן יענע וועלט פאר בלויז אפאר דאללער; ווייל אז מען האט נישט ליב די קינדער, מען קוקט אויף זיי מיט ביטול - קען מען נישט מצליח זיין, און אז מען קומט מיט חשבונות; מען האט א חשבון מיט די טאטע, מיט די מאמע און מען רעדט נישט צום קינד מיט הארץ - קען דאס קינד נישט מצליח זיין, קומט אויס אז מען האט בא'גנב'עט דעם קינד, בא'גנב'עט די עלטערן (שיחות הר"ן, סימן רמ), אזוי איז דא כמה וכמה שיחות וואס דער רבי האט געזאגט פאר אנשי שלומינו, מען זאל נישט זיין קיין מלמד (חיי מוהר"ן, סימן תסה; תקצא).


מיין ליבער טייערער ברודער, מיין הארציגער חבר, אז דו ביסט א מחנך ביי אונזער מוסד פארלאנג איך פון דיר דו זאלסט ליב האבן דיינע תלמידים, און נאר אזוי וועסטו מצליח זיין. עס איז נישט קיין בושה אפצולאזן וכו', א בושה איז אז א מלמד זאגט אויף זיינע תלמידים 'די קינדער זענען פויערן', 'די קינדער זענען משוגעים', 'די קינדער זענען פרעסער', 'די קינדער האלטן ביי גארנישט'; אז דער מחנך אדער מלמד קוקט אזוי אויף די תלמידים - ווי קען מען בכלל ערווארטן זיי זאלן מצליח זיין? (מיט מיינע אויערן פלעג איך הערן ווי מלמדים רעדן אזוי אויף זייערע תלמידים, השם ישמרינו).


מוהרא"ש ברענגט: "דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען א מלמד, ער פלעגט גלעטן די קינדער, זיי קישן און ליב האבן"; וואס מיינסטו, וועם האט ער געגלעט? די קינדער וואס זענען געקומען אין צייט, און געשטאנען נעבן אים, און זיך נישט גערירט פון פלאץ, און אלעס געפאלגט? ער האט געקישט די קינדער וואס האבן נישט געלערנט, די קינדער וואס האבן נישט געהערט וואס מען רעדט צו זיי, אזוי האט ער זיי אלע געברענגט צום אייבערשטן, והבן למעשה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#66 - מחזק זיין דעם מאן מיט זיין הייליגע ארבעט
מוסדות, הכרת הטוב, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת כי תצא, ז' אלול, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


איך וויל אייך באדאנקען בשם מיין משפחה, מיך מיט מיין ווייב, און סיי בשם אלע עלטערן פון שטעטל אויף וואס אייער מאן דער חשוב'ער מנהל נרו יאיר האט זיך אזוי אוועק געגעבן פאר אונזערע קינדער דעם זומער מיט זיין גאנצע נשמה און הארץ.


איך וויל אייך זייער בעטן איר זאלט מיר העלפן מיט די איין זאך, מחזק זיין אייער מאן ער זאל בלייבן מיט זיין הייליגע ארבעט, זיין מנהל פאר אונזערע קינדער, נישט טראכטן פאר איין רגע אפצולאזן די ארבעט, ווייל אלע וואס זענען משמש דעם רבי'ן האבן כסדר חלישות הדעת, ספיקות און בלבולים וכו'; זיי דארפן אסאך חיזוק.


מיר האבן אלע הכרת הטוב פאר אייך און פאר אייער מאן, מיר ווינטשן אייך א גוט געבענטשט יאר, א יאר פון שמחה, א יאר פון נחת פון די קינדער און אייניקלעך, און א כתיבה וחתימה טובה.

#65 - זיי נישט צופרידן מיט וויפיל דו טוסט אין חדר
חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, מיט אריינלייגן אין די קינדער יראת שמים און מידות טובות.


איך בין זייער איבערגענומען פון וואס דו לייגסט אריין אין דיינע קינדער, די פארגאנגענע שבת נחמו איז געווען ביי מיר מיין עלצטע אייניקל, ער האט דערציילט במשך דעם שבת די פרשה מיט אזויפיל יראת שמים, עס איז הערליך און שיין צו הערן פון א כתה א' אינגל אזוי שיין די פרשה, און די מעשה פון חנה ושבעה בני', און פון "ונשמרתם מאוד לנפשותיכם"; מען זאל נישט נאכלויפן א באס, אויך האט ער דערציילט ווי דו רעדסט צו זיי פון שמירת הברית; ער איז אזוי קלאר און ווייסט וואס צו טון אויב איינער רופט אים אין די זייט און וויל טון וואס מען טאר נישט.


שטארק זיך, און זיי נישט צופרידן מיט וויפיל דו טוסט אין חדר, נאר ביי גשמיות דארף מען זיין צופרידן מיט וואס מען האט, ווען עס קומט צו די קאר, צו די הויז – דארט דארף מען זיין א מסתפק במיעוט, אבער ווען מען רעדט פון טון גוטע זאכן, זיין א מלמד, אויפברענגען דורות פארן אייבערשטן – דארט דארף מען אלץ טון נאך מער און נאך מער.


שטיי צו די רעכטע האנט פונעם מנהל, זע צו העלפן מיט וואס דו קענסט אז די קינדער אין חדר זאלן קענען שרייבן אידיש, און אויך זיי אויסלערנען רעכענען וכו', אויך קענען אביסל די אמעריקאנע שפראך, דאס איז אויך וויכטיג.

#64 - זיך אינטערעסירן ווען א קינד פעלט פון קלאס
לערערין, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ואתחנן, י"א מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


ווי גרויס איז אייער זכות אז איר זענט א טיטשער אין "בית פיגא", איר געבט זיך אוועק פאר אידישע טעכטער, זיי צו לערנען אמונה ויראת שמים און מידות טובות. עס איז טאקע שווער צו זיין א טיטשער, אבער עס לוינט זיך, מען עסט פון די פירות אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


איך וויל אייך בעטן און אזוי אויך אלע "בית פיגא" טיטשערס, אויב א תלמידה פעלט פון סקול, אפילו נאר פאר איין טאג – זאל די טיטשער רופן די עלטערן זיך אינטערעסירן אויף די תלמידה; עס ווייזט אויף נאנטקייט און עס ברענגט גוטע רעזולטאטן, דאס איז אויסער די גוטע געפיל וואס די קינד באקומט אז מען אינטערעסירט זיך אין איר וכו'.


אויך זאלט איר זיך אנצייכענען אלע נעמען פון אייערע תלמידות, און האלטס חשבון אז אלע באזונדער זאלן באקומען פון אייך א ווארעמקייט, א שמייכל, א גוט ווארט, א קאמפלימענט וכו' וכו', דאס איז וויכטיגער ווי אלע לימודים; לערנען - קען מען שפעטער אויך לערנען, אבער אויפצובויען די נפש נעמט אסאך צייט, און מיט אסאך גוטע ווערטער בויט זיך עס אויף.

#63 - מ'פלאנצט איין, און ס'וואקסן אויף ערליכע אידישע דורות
טעלעפאן, ישיבה, הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ה תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


בנוגע די טעלעפאונס אין ישיבה וכו'; אויב די בחורים שפילן און שטערן ביים סדר הישיבה איז גוט זאלסט זיי ערשט זאגן דאס נישט צו טון, און זאג זיי אז אויב מען וועט שטערן די סדר הישיבה, די שיעורים וכו' - קען מען נישט האבן קיין טעלעפאן, און אז עס העלפט נאכאלץ נישט - וועסטו דאס אוועקנעמען, אזוי וועט די ישיבה נישט געשטערט ווערן.


ווער נישט שוואך און ווער נישט צעבראכן; זיין א ראש ישיבה, טון מיט בחורים - איז נישט קיין גרינגע זאך, מען דארף האבן אסאך סבלנות, און דער עיקר דארף מען גלייבן אז די ווערטער פון אמונה, פון קדושה ויראת שמים וואס מען רעדט צו די בחורים - איז א בחינה ווי פלאנצן זומען, מען זעט נישט ווי מען טוט אויף, עס איז בבחינת הלך ילך ובכה, אבער ביים סוף איז בא יבוא ברנה נושא אלמותיו, עס איז ברנה יקצורו, עס וואקסן אויף ערליכע אידישע דורות.


איך בעט דיר זייער, דראפע זיך און דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#62 - מחזק זיין בחורים
ישיבה, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, העלף מיר מחזק זיין בחורים, האלט אן די הייליגע זאך פון שטארקן בחורים, זיי זאלן זיך קענען דערהאלטן.


מוהרא"ש זכרונו לברכה האט שטענדיג געזאגט אז זיין זאך איז בחורים, מוהרא"ש האט געזאגט, אז זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף די וועלט נאר פאר בחורים, זיי צו מחזק זיין; ווייל קיינער אין דער וועלט פארשטייט נישט דער צער פון א בחור, א בחור וויל זיין גוט, ער וויל זיין ערליך, אבער עס גייט אים נישט.


לאז נישט אפ די הייליגע זאך פון מחזק זיין בחורים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#61 - אריינלייגן אמונה און יראת שמים ביים שפילן
קעמפ, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת דברים, ב' מנחם-אב, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


איך דאנק דיר פארן זיין דער ראש המדריכים פאר אונזערע קינדער דעם זומער, שנת תשפ"ה. איך זע מיינע קינדער ווי פרייליך זיי קומען יעדע נאכט אהיים, נישט נאר מען האט געהאט פארגענוגן, די פארגענוגן איז תוכן'דיג, עס איז נישט אן אויפגעבלאזענע לופט באלאן, עס איז געקניפט און געבינדן מיט אמונה, אמונת חכמים, יראת שמים; איך הער דאס פון אלע עלטערן, אלע זענען זייער צופרידן און פרייליך.


עס ליגט אויף דיר א גרעסערע אחריות ווי אויף א מלמד, ווייל דער מלמד קען נישט – בדרך כלל – כאפן אלע הערצער פון די קינדער, עס זענען דא קינדער וואס האלטן טאקע אלעס מיט וואס מען פארלאנגט אין א חדר, אבער עס איז בכפוי', געצווינגענערהייט; עכט, שטילערהייט, אינעווייניג – וויל ער אלעס אפלאזן, עס רעדט נישט צו אים מוסר וכו', אבער דער מדריך וואס שפילט און לייגט אריין ביים שפילן אמונה, אמונת חכמים, מידות ויראה, דעמאלט קען מען טרעפן אלע הערצער פון אלע קינדער און זיי אנפילן, אנשטאפן – מיט יראת שמים; זאלסטו אריינפלעכטן די פא"ן, די פארגענוגן מיט אמונה ויראה.

#60 - פארשפרייטן דעם ספר פאר אלע וואס טוען אין חינוך
חינוך הילדים, הפצה, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת חקת, ז' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


טייערער ...


יעצט האט מען מיר באוויזן דעם ספר "ותחיין את הילדים" מהדורת וועבערמאן; וואס זאל איך דיר זאגן, מיר זענען אזוי גליקליך אז מיר האבן די זיסע עצות פון רבי'ן, ווי מוהרא"ש האט עס אונז איבער געגעבן.


די ספר דארף מען פארשפרייטן פאר אלע מחנכים און פאר אלע וואס האבן און טוען אין חינוך.


אינעם זכות פון נעמען די די מהדורה זאלסטו געבענטשט ווערן מיט נחת פון אלע קינדער און געזונט און הצלחה.

#59 - איינפלאנצן די שכל פון הייליגן רבי'ן אין די קינדער
בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


ווען מיר האבן געעפנט בית פיגא סקול האט מען געלערנט מיט די קינדער פון רבי'ן, מען האט געלערנט ספורי מעשיות, שיחות פון מוהרא"ש, ספר המדות וכו' וכו', מען האט זיך פארלייגט גאר אסאך אויף לערנען פון רבי'ן, מיט די צייט איז די סקול געווארן גרעסער, און מיט די צייט וועט עס ווערן נאך גרעסער, דארף מען געדענקען צו אנהאלטן די לימודים מיט די תלמידות, ווייל דאס איז דער עיקר; איינפלאנצן די שכל און חכמה פון הייליגן רבי'ן.


א גרוס פון אייער טייערער זון ..., איך בין מיך מחי' צו לערנען מיט אים אינדערפרי דעם בלאט גמרא, איך האף צו לערנען מיט אים נאך שיעורים, איך האב אים זייער ליב, ער האט גאר גוטע כשרונות און גוטע מידות, ער וועט וואקסן א גרויסער צדיק.


איך האף צו קומען מארגן מחזק זיין אלע טיטשערס פאר די זומער הויבט זיך אן.

#58 - די געטרייע טיטשערס וואס ארבעטן מיט מסירת נפש
בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תזריע מצורע, ב' אייר, י"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


... תחי'


איך בעט אייך זייער איר זאלט בלייבן טיטשן אין בית פיגא, די מנהלת תחי' זאגט מיר כסדר אז איר זענט אן אויסגעצייכנטע טיטשער, און מען דארף אייך האבן, בעט איך אייך זייער, לאזט נישט איבער בית פיגא.


איך ווייס אז עס איז אייך שווער, אבער גלייבט מיר, מיר איז אויך שווער, און פון ווען מוהרא"ש האט מיר געשריבן: "אִיבֶּערְדֶעם זָאלְסְטוּ זִיךְ גָארְנִישְׁט שְׁרֶעקְן, זָאלְסְט מַמְשִׁיךְ זַיין דַיין הֵיילִיגֶע עֲבוֹדָה, הֵן אֶמֶת אִיךְ וֵוייס אַז דוּ בִּיסְט גֶעדְרִיקְט יֶעצְט זֵייעֶר אִין גֶעלְט, אוּן דוּ וִוילְסְט אוֹיפְהֵייבְּן דִי הֶענְט וְכוּ', בֶּעט אִיךְ דִיר הֵייבּ אוֹיף דִי הֶענְט נָאר פַארְ'ן בּוֹרֵא כָּל עוֹלָמִים, אַזוֹי וִוי עֶס שְׁטֵייט בַּיי מֹשֶׁה רַבֵּינוּ וֶוען עֶר הָאט מִלְחָמָה גֶעהַאלְטְן מִיט עַמָלֵק'ן (שְׁמוֹת יז, יא) "וְהָיָה כַּאֲשֶׁר יָרִים מֹשֶׁה יָדוֹ וְגָבַר יִשְֹרָאֵל וְכַאֲשֶׁר יָנִיחַ יָדוֹ וְגָבַר עַמָלֵק", דַרְשֶׁנֶ'ן אוֹיף דֶעם דִי חַזַ"ל (רֹאשׁ הַשָׁנָה כט.), "וְכִי יָדָיו שֶׁל מֹשֶׁה עוֹשׂוֹת מִלְחָמָה אוֹ שׁוֹבְרוֹת מִלְחָמָה? אֶלָא לוֹמַר לָךְ כָּל זְמַן שֶׁהָיוּ יִשְֹרָאֵל מִסְתַּכְּלִין כְּלַפֵּי מַעֲלָה וּמִשְׁעֲבְּדִין אֶת לִבָּם לְאַבִיהֶם שֶׁבַּשָׁמַיִם הָיוּ מִתְגַבְּרִים וְאִם לַאו הָיוּ נוֹפְלִים", טו איך אזוי; ווען די ארבעט ווערט מיר שווער הייב איך אויף די הענט צום אייבערשטן און איך וויין: "אייבערשטער העלף מיר, אייבערשטער איך האב מער נישט קיין כח, אייבערשטער זאג מיר וואס צו טון, העלף מיר".


איך האף צום אייבערשטן אז איר וועט ענדיגן די יאר לכל הפחות, און נישט אוועק גיין, מיר איבערלאזן מיט די קינדער, און הלואי וואלט איר געבליבן קומענדיגע יאר, ווייל נאר מיט די געטרייע טיטשערס וואס קומען, זיי זענען זיך מוסר נפש, זיי געבן אוועק זייער הויז, זייער אפרוען, זייער שלאפן - פאר אונזערע קינדער, נאר אזוי קען איך ממשיך זיין מיט בית פיגא.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#57 - מ'מוטשעט זיך מיט א קינד, די עלטערן מאכן זיך נישט וויסנדיג
עברי, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע מצורע, ב' דראש חודש אייר, ט"ז לעומר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מיר זענען זייער צופרידן פון אייער איבערגעגעבענע ארבעט, וואס איר לייגט אריין הארץ און געפיל אין אונזערע קינדער, זיי אויסצולערנען עברי; די קינדער וואס האבן נישט אויפגעכאפט אין כיתה ביי די לימודים לייגט איר אריין אייער גאנצע כח אין זיי, און מיט חכמה און סבלנות זענט איר זייער מצליח מיט זיי.


דאס וואס איר שפירט אזא ווייטאג אז איר ארבעט מיט א קינד, אויסצולערנען די עברי, און די עלטערן מאכן זיך נישט וויסנדיג, איר האט נאכנישט באקומען קיין שכח פון די מאמע, שוין אפאר יאר וואס איר לייגט אריין אייער הארץ, טאג נאך טאג, וואך נאך וואך, יאר נאך יאר און די עלטערן מאכן זיך נישט וויסנדיג; וואס זאל איך אייך זאגן, איך פארשטיי אייך, ווייל איך האב דאס שוין איבער צוואנציג יאר וואס איך ארבעט מיט קינדער, מיט בחורים און מיט אינגעלייט.


אין אנהויב, די ערשטע יאר פון מיין מלומדות - האט דאס מיר ממש געקרענקט; ווי קען זיין אזא זאך, א טאטע זאל נישט אנגיין וואס זיין קינד טוט? וואס זיין קינד מאכט? ווי קען זיין עס גייט אריבער א יאר און איך ווייס אפילו נישט ווער דער טאטע איז... במשך די יארן האב איך זיך צו דעם צוגעוואוינט, און מיט די חיזוק פון מוהרא"ש וואס האט מיך זייער מחזק געווען, אז א מלמד דארף געדענקען אז ער ארבעט פארן אייבערשטן - האב איך געקענט אנגיין און איך פרוביר ווייטער אנצוגיין מיט די ארבעט.


קען זיין פשט, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין יט:): "כָּל הַמְלַמֵד בֶּן חֲבֵירוֹ תּוֹרָה כְּאִילוּ יָלְדוֹ", דער וואס לערנט תורה מיט א קינד - איז אזוי ווי ער האט געבוירן דעם קינד; קען זיין פשט אין דעם, מען זאגט פארן מלמד: 'עס זיך נישט אויף אז די עלטערן זארגן נישט, זיי זאגן נישט און באדאנקען זיך נישט, ווייל עס איז נישטא קיין עלטערן, כאילו ילדו, טראכט אז דו ביסט דער טאטע, דו ביסט די מאמע, נאר אזוי וועסטו מצליח זיין'.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#56 - צוויי דריי קלעפ, פאר יעדן קלאפ
התחזקות, חלישות הדעת, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת שמיני, אסרו חג פסח, כ"ג ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מיין טייערער ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


עס איז מיר א וואונדער אז דו טראכסט אז איך בין נישט צופרידן פון דיר, און נאך אסאך מחשבות וואס צעברעכן דיר; וואס עפעס זאלסטו טראכטן אזעלכע מחשבות? פארוואס זאל איך דיך נישט דארפן?!


עצה טובה, יעדעס מאל עס קומט דיר אריין א מחשבה אז מען דארף דיך נישט; דער רבי דארף דיך נישט, מוהרנ"ת דארף דיך נישט וכו' - זאלסטו זיך שטארקן און העלפן מיט נאך עפעס דעם רבי'ן, און אז יעצט איז דיין זאך צו העלפן אין חדר מיט די קינדער - זאלסטו צוריק שלאגן די משוגע'נע מחשבות מיט נאך מער טון מיט די קינדער, זיי געבן ליבשאפט און זיי לערנען די ריינע אמונה, יראת שמים און מידות טובות.


מוהרא"ש זאגט, ווען דער יצר הרע געבט א קלאפ דעם מענטש - געבט מען נישט צוריק אַ קלאפ, מען דארף אים געבן צוויי דריי קלעפ; אז ער קומט מיט זיינע מעשיות, מיט חלישות הדעת, מיט קטנות המוחין, גייט מען נישט סתם ווייטער אן, נאר מען טוט מער ווי וואס מען האט געטון ביז אהער.


איך האב דיך ליב און איך בין דיר זייער מכיר טובה פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר, און זאג פאר דיינע מחשבות: "יעצט האב איך נישט קיין צייט פאר ענק, איך בין פארנומען מיט די חדר"; לויף מיט שמחה צו די קינדער, מאך זיי פרייליך, פרעדיג אין זיי אמונה ויראת שמים און מידות טובות, אזוי זאלסטו טון דיין גאנץ לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#55 - א סוד וואס צו טון ווען מען האט מער נישט כח
חלישות הדעת, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת פקודי, כ"ה אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד מיין ליבער ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו וועסט זיך מוזן שטארקן מיט אלע דיינע כוחות ווייטער ממשיך זיין מיט דיין הייליגע ארבעט פון מחנך זיין אונזערע קינדער שלא על מנת לקבל פרס, נישט צו ווערן באצאלט און באלויבט, אלא על מנת להסקל באבנים, נאר מיטן ציל אפילו מען וועט דיך באווארפן מיט שטיינער, וועסטו ווייטער האבן סבלנות פאר די יונגע שעפעלעך, זיי אויפציען מיט רחמנות און מיט אסאך געדולד.


איך ווייס אז דער יצר הרע פארלייגט זיך זייער אויף דיר, ער וויל דיך צעברעכן, ווייל ווער עס טוט מיטן כלל גייט אריבער אויף אים שווערע ביטערע נסיונות, מען שפירט ביי זיך ווי מען איז א דורכפאל, מען שפירט ביי זיך ווי מען טוט נישט די ארבעט, און נאכדעם קומט נאך צו די טענות פון אלע וועם מען העלפט; דארף מען האבן אסאך סבלנות, מען דארף דאס אלעס נעמען פאר א תיקון, און זיך שטארקן מיט אלע כוחות און ווייטער טון די הייליגע ארבעט.


עס איז דא א סוד וואס מען קען טון ווען מען שפירט ווי מען האט נישט מער כח וכו', מען קען גיין א שפאציר אין א ליידיגע גאס און וויינען צום אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן פאר כח און צו זען דאס שיינקייט פון יעדן איד.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#54 - האבן סבלנות צו די עלטערן פון די תלמידות
הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת תרומה, כ"ט שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', טיטשער בית פיגא קרית ברסלב


איך האב ערהאלטן די הודעה.


איך וויל אייך זייער בעטן, אזוי ווי איר האט סבלנות צו אייערע תלמידות און איר געדענקט אז מיידלעך זענען נישט שלעכט, מיידלעך ווייסן נישט, און מען דארף זיי לערנען ווי זיך צו פירן, און אפילו נאכן לערנען דארף מען נאכאמאל איבערזאגן, און נאכן איבערזאגן דארף מען פון פריש איבערזאגן, און לערנען ביז מען דערהערט וואס מען לערנט זיי.


אזוי וויל איך אייך בעטן - איר זאלט קוקן אויף די מאמעס פון די תלמידות; איר זאלט וויסן און געדענקען אז נישט אלע מאמעס ווייסן ווי אזוי צו זיין א מאמע און ווי אזוי מען דארף מחנך זיין, און אז מען רופט אייך אן מיט טענות און מען זאגט די טענות ווען די קינדער הערן דאס - זאלט איר דאס נישט נעמען צום הארצן, נאר אויסהערן, און ממה נפשך; אויב איז דאס וואס מען דארף פאררעכטן - זאלט איר זאגן: "יישר כח, איך וועל פאררעכטן", און אויב איז דאס נישט וואס מען דארף פאררעכטן, זאלט איר אויך זאגן: "יישר כח", און בעטן דעם אייבערשטן אז אלע אידן זאלן האבן נאר גוטס און אלע גזירות זאלן בטל ווערן.


ווען מען באקומט א בזיון איז דאס א ספעציעלע צייט צו פועל'ן ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



 

#53 - יעדער וואס טוט מיט מענטשן, וועט זיין אויף אים קריטיק
בית פיגא, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, כ"ב שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


מרת ... תחי', קרית ברסלב


דאס וואס איר זאגט אז די קומענדיגע יאר ווילט איר מער נישט זיין א טיטשער ביי אונז אין בית פיגא, ווייל די עלטערן פון יענע קלאס זענען אומצופרידענע, זיי פירן זיך נישט אויף שיין צו א טיטשער וכו'.


וואס זאל איך אייך זאגן, צו זיין א טיטשער און צו האבן צו טון מיט מענטשן - איז בכלל נישט קיין גרינגע זאך. מוהרא"ש זאגט, יעדער וואס טוט מיט מענטשן - וועט זיין אויף אים קריטיק, עס וועט גארנישט נוצן, אזוי מוז זיין, און ווער עס קען נישט אויסהאלטן - זאל שטיין ווייט פון דעם.


אבער דאס גרויסקייט פון טון מיט מענטשן - בפרט ווען עס רעדט זיך פון לערנען תורה, אמונה, תפילה, קדושה, יראת שמים, מידות טובות, איידלקייט מיט אידישע טעכטער - איז נישט צום באגרייפן, דער הייליגער זוהר זאגט (זהר חדש לך לך): "דירתו עם השכינה", דער אייבערשטער רוט ביי דעם מענטש, און אז מען קען זען אפי שכינתא.


נאך זאגן די הייליגע חכמים (סנהדרין צב.), דער וואס לערנט תורה מיט אנדערע, "זוכה ומלמדה לעולם הבא", אויף יענע וועלט וועט מען אויך זיין א טיטשער, מען וועט לערנען מיט די נשמות.


איך וועל אייך נישט זאגן וואס צו טון, איך ווייס גאר גוט וואס מיינט זיין א טיטשער, ארבעטן שווער און צוריק באקומען טענות וכו', איך טו דאס שוין איבער צוואנציג יאר און מען באקומט נאר צוריק טענות, ווייניג מענטשן האבן די שיינע מידה פון הכרת הטוב, זיך באדאנקען, איך ווייס די שוועריקייט, אבער אויב איר וועט העלפן בויען 'בית פיגא' - וועט אייער שכר זיין זייער גרויס.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#52 - אז מען קומט אין צייט, קען מען בלייבן שלאפן אין דארמיטארי
שלאפן, ישיבה, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - ליל שישי פרשת יתרו, ט"ז שבט, שנת תשפ"ה לפרט קטן


מיין טייערער ... נרו יאיר, מנהל מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש


איך האב ערהאלטן די הודעה.


איך הער אז די בחורים אין ישיבה וואס שלאפן אין קווארטיר קומען שפעט אין ישיבה, זיי דאווענען נישט מיט מנין וכו'; וויל איך דיר בעטן זאלסט רעדן מיט אלע בחורים וואס שלאפן אין קווארטיר און זיי זאגן קלאר אז נאר אויב מען קומט צייטליך אין ישיבה - קען מען ווייטער ממשיך זיין צו שלאפן אין קווארטיר.


קריג זיך נישט מיט זיי, אבער זיי שטארק מיט דעם; נאר אז מען קומט אין צייט קען מען בלייבן שלאפן אין דארמיטארי, און נאר אז מען האלט די דירה ריין און ציכטיג.


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, די ארבעט איז שווער אבער עס איז זיס. אנדערע ארבעטן אויך שווער און ביטער, מיר דארפן זיך זייער שטארקן אז דאס איז אונזער פלאג און מיה.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.