בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת יתרו, י"ד שבט, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
איך האב געהערט דיין מעסעדזש.
איך האב דיר שוין לאנג געזאגט אז עס געפעלט מיר נישט דיין שותפות, און הערשט יעצט זעסטו ווי דיין שותף בא'גנב'עט דיך; איך האב דאס שוין לאנג געהאלטן, ווייל א איד וואס האט אפגעלאזט די תורה וועג, ער איז נישט געטריי צום אייבערשטן, ווי אזוי און פארוואס זאלסטו אפילו טראכטן אז דיר וועט ער יא זיין געטריי...? בפרט אז ער איז אריין אין די עבירה וואס דער רבי זאגט אז מען טאר נישט מלמד זכות זיין אויף דעם מענטש וואס איז עובר אויף די עבירה רחמנא לצלן (עיין ספר המידות אות ניאוף חלק ב', סימן ח), איז ווי קען מען זיין א שותף מיט אזא איינעם?
אויך וויל איך וויסן וואס איז די מעשה מיט די הלוואה; דו האסט מיר געבארגט פאריאר זומער הונדערט טויזנט דאלער, נאכדעם האסטו מיר געזאגט אז אויב די יאר וועט אריבערגיין און עס וועט זיין הצלחה – ווילסטו נישט צוריק נעמען דאס געלט; למעשה, ראש השנה אין אומאן האט איך געטראפן דיין שותף, האט ער מיר געזאגט אז ער וויל געבן די הונדערט טויזנט דאלער וכו', איך האב זיך זייער דערשראקן, ווייל איך וויל נישט הנאה האבן פון זיין געלט, איך האב געבארגט די געלט פון דיר, איך האב גערעכנט אז דאס איז כשר'ע געלט; איך וויל וויסן וואס איז די מעשה, ווייל אויב די געלט איז זיינ'ס – וויל איך עס שוין צוריק געבן, איך וויל נישט בויען אונזערע הייליגע מוסדות פון געלט פון א מחלל שבת און אן עובר עבירות בפרהסיא רחמנא לצלן.
לאז זיך אפ פון דעם אונטערוועלטניק, דו ביסט ערליך זאלסטו האבן ערליכע שותפים.