בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#12 - די זומער איז אריבער, וואס איז דער פלאן אויף ווייטער?
תפילה והתבודדות, חברים, אמונה, תכלית, אמונת חכמים, חודש אלול, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די זומער איז אריבער, מען פאקט שוין די פעקלעך אהיים צו פארן, 'עבר קציר כלה קיץ', דעם קומענדיגן שבת איז שוין 'שבת מברכים אלול'; עס כאפט שוין א ציטער, מען גרייט זיך צום יום הדין, מען דארף זיך מאכן א חשבון, ווי האלט מען? וואס טוט מען? וואס איז דער פלאן אויף ווייטער?


גיי א שפאציר אליין מיטן אייבערשטן, שמועס זיך אויס דיין הארץ, קרעכץ זיך אויס, דערצייל דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין גוט און ווי דו ביסט פארכאפט אינעם נעץ ביים יצר הרע, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים.


רעד נישט מיט מענטשן וואס רעדן קעגן די אמונה, אויך אין ביזנעס זאלסטו נישט רעדן מיט די וואס פרעגן קשיות וכו' און מאכן ליצנות אויף די הייליגע אמונה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות ליצנות, סימן ד): "עַל יְדֵי לֵיצָנוּת בָּאִים יִסּוּרִים", דורך ליצנות קומט יסורים אויפן מענטש, אויך פארלירט מען די פרנסה, אזוי ווי דער רבי זאגט (שם): "הַמִּתְלוֹצֵץ מְזוֹנוֹתָיו מִתְמַעֲטִין", מען פארלירט די געלט דורך ליצנות.


ווילסט שפע, ווילסט האבן אסאך געלט? דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקיג): "עַל יְדֵי אֱמוּנַת צַדִּיקִים אֲמִתִּיִּים זוֹכֶה לְמָמוֹן הַרְבֵּה", דורך אמונת חכמים איז מען זוכה צו האבן אסאך געלט, עיין שם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#11 - נעמען א חלק אינעם "יערליכן קאמפיין"
הכרת הטוב, פרנסה, טעלעפאן, ביזנעס, קאמפיין

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בלק, י' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך וויל דיר זייער בעטן דו זאלסט נעמען א חלק אינעם "יערליכן קאמפיין". מאך זיך א שטיקל חשבון, נאר בגשמיות - וואס דו בענעפיטירסט פון די קהילה און פון די מוסד, וויפיל עס העלפט דיר מיט דיין טאג טעגליכן לעבן; איך רעד נישט פון עבודת השם, פון לערנען און דאווענען, זיין נאנט מיטן אייבערשטן, איך רעד פון חיי יום יום; פון די מנוחת הנפש, פון די וועג פון לעבן, נישט לעבן פאר אנדערע וכו וכו'; פאר דעם אליין דארפסטו ארויסקומען מיט א שטארקקייט נעמען א חלק אינעם קאמפיין.


איך האב די יאר צעטיילט די קאמפיין אויף אפאר גרופעס, מען האט איינגעטיילט די קהילה אין עטליכע גרופעס, אזוי וועט זיין גרינגער צו באקומען די הילף און די מאטעוואציע צו קענען דערגרייכן די ציל וואס מען האט זיך אונטערגענומען.


נישטא פון וועם זיך צו שעמען, די גאנצע וועלט לעבט היינט אויפן רבינ'ס התחזקות, איינער איז דאס מודה און א צווייטער - באהאלט עס, אבער אלע אן אויסנאם לעבן מיט די התחזקות פון הייליגן רבי'ן. דארפסט זיך נישט שעמען צו אנרופן אלע דיינע באקאנטע און בעטן פון יעדן איינעם צו העלפן אונזער קהילה און אונזערע מוסדות.


דיין טעלעפאן לאז פאר די ביזנעס. געדענק, ביסט א מענטש, נישט קיין פערד צו ארבעטן ארום די זייגער. בוי דיין ביזנעס געזונט, מאך זיך שעות וואס דו האסט מיט די ביזנעס, און שעות וואס דו ביסט א מענטש, א טאטע פאר די קינדער, א מאן פאר דיין ווייב.


איך האב דיך נישט פארפירט ביז אהער, איך וועל דיך מיט דעם אויך נישט פארפירן; הלואי וועסטו דערהערן די זאך פון צעטיילן די ביזנעס מיט די לעבן.


עס איז נישט ווערד צו מאכן אפילו גרויס געלט (די גרעסטע דמיון וואס דו קענסט דמיונ'ען) - אויב מען קען נישט האבן קיין מנוחת הנפש.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - דער וואס איז מוותר למען השלום, דעם האט דער אייבערשטער ליב
שלום, טעלעפאן, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת חקת, ג' תמוז, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך קוק דיך זייער ארויף אז דו האסט מוותר געווען וכו', אבי עס זאל זיין שלום, ביי מיר ביסטו היינט אסאך חשוב'ער, ווייל דער וואס איז מוותר למען השלום – דעם האט דער אייבערשטער ליב.


איך זאג דיר צו דו וועסט גארנישט דערלייגן פון דעם, דו וועסט נאר האבן מער הצלחה. דער רבי זאגט (ספר המדות אות שלום, סימן כב): "הַשָּׁלוֹם סִימָן לְשֹבַע", שלום ברענגט שפע ברכה והצלחה.


דארפסט נישט קיין סמארטפאון, עס וועט דיר נישט ברענגען קיין איין פרוטה מער פאר דיין ביזנעס, עס וועט דיר נאר צונעמען דיין חן, דיין ישוב הדעת, דיין שלום בית.

#9 - סבלנות מיט די נייע ביזנעס
סבלנות, הדרכות, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת בהר, י"ג אייר, כ"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


טייערער ... נרו יאיר


יעצט ווען דו האסט אפגעקויפט א ביזנעס דארפסטו וויסן די הקדמה פארן לעבן, יעדע זאך, סיי בגשמיות, סיי ברוחניות; אויב וויל מען מצליח זיין דארף מען זיך זייער שטארקן אין האבן אסאך סבלנות, ווייל נאר אזוי קען מען מצליח זיין.


יעצט איז דיר שווער, דער וואס האט דיר פארקויפט די ביזנעס האט דיך אויסגעפאפט, יעדן טאג ווערסטו געוואר נאך ליגנט מיט גניבות, דאך זאג איך דיר, אויב דו וועסט זיין שטארק און האבן סבלנות – וועסטו שיין מצליח זיין.


פיר די ביזנעס מיט יראת שמים, אן קיין גניבה.


איך בין געפארן קיין ארץ ישראל צו זיין ל"ג בעומר אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי, איך בין מתפלל פאר דיר.


איך האב דיך זייער ליב.

#8 - צניעות ביי די ארבייטער אין גראסערי
צניעות, ביזנעס, דף גמרא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, ז' אייר, כ"ב לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך דאנק דיר בשם אלע עלטערן וואס שיקן זייערע קינדער ביי דיר אין גראסערי איינקויפן, אז דו פארלאנגסט פון דיינע ארבעטער - די גויות - זאלן זיך אנטון בצניעות.


היינט איז זייער שווער, די נסיונות זענען מבית ומחוץ, מען קען נישט גיין אין געשעפטן איינקויפן ווען די ארבעטער דרייען זיך ארום מיט די עקלדיגע פריצות.


האב נישט מורא צו פארלאנגען א וועג פאר אלע ארבעטער ווי אזוי זיך אנצוטון, א בעל הבית מעג פארלאנגען 'ביי מיר דארפן די ארבעטער טראגן די סארט קלייד'. אויך אין שטוב, ווער עס נעמט א גוי'טע קען האבן א קלייד ספעציעל פאר זיי אז די קינדער זאלן זיין אפגעהיטן פון פריצות.


גיי נישט שלאפן אן לערנען כאטשיג איין בלאט גמרא, דאס איז זיכערע פארמעגן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#7 - זיין אין אפיס פון ניין אזייגער ביז א מינוט צו פינף
פרנסה, הדרכות, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת קדושים, א' דר"ח אייר, ט"ו לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר, קרית ברסלב


האסט געזאגט אז דו גייסט פאלגן, דו גייסט אהיימגיין פינף אזייגער, און נאר אויף דעם סמך האב איך דיר געזאגט זאלסט עפענען די ביזנעס, יעצט זע איך אז דו בלייבסט ביז שפעט; פאר דעם דארפסטו נישט קיין אייגענע ביזנעס, אויף צו איבערלאזן די ווייב און קינדער קענסטו זיין אן ארבעטער.


איך זאג דיר נאכאמאל, זיי נישט נאריש, און פארלאז דיין אפיס פינף אזייגער; נישט פינף אזייגער נאר א מינוט צו פינף, און גיי אהיים עס עפעס, העלף אביסל דיין ווייב מיט די קינדער, און גיי צו דיינע שיעורים און צו דאווענען, און אז עס איז דא זייער וויכטיגע זאכן צו ערלעדיגן זאלסטו אויפשטיין פרי פארטאגס, גיין התבודדות, גיין אין מקוה, לערנען און דאווענען און זיך איבערגעבן צום אייבערשטן, און זיין אין אפיס ניין אזייגער ביז א מינוט צו פינף, און אז עס בלייבט איבער נאך ארבעט וועסטו אויך די אנדערע טאג אריינגיין אין אפיס, אבער קיין מינוט לענגער ווי די שעות זאלסטו נישט אוועקגעבן פאר די ביזנעס.


איך האף צום אייבערשטן דו וועסט מצליח זיין, און מיט די צייט וועסטו קענען אויפנעמען אן ארבעטער וואס וועט זיצן פון ניין ביז פינף, און דו וועסט סך הכל אריינגיין אין אפיס א שעה צוויי, און אין די איבריגע שעות וועסטו קענען לערנען מיט א חברותא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - פארוואס מעגסטו האבן א טריפה'נע טעלעפאן און דיין ווייב נישט?
תפילות אויף אידיש, שלום בית, טעלעפאן, ביזנעס, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אחרי-ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, ח' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך הער דיין געוויין אז דיין ווייב וויל זיך קויפן א נישט כשר'ע טעלעפאן; איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אזוי דערשראקן און פארוויינט ווען דו אליין דרייסט זיך ארום טאג און נאכט מיט די נישט כשר'ע טעלעפאן; פארוואס דו יא און זי נישט? זי זאגט פארקערט, איך יא און דו נישט.


אמאל האסטו מיר געפרעגט אז דו דארפסט האבן אין די אפיס א טעלעפאן פאר ביזנעס, האבן מיר גערעדט אז דו וועסט לאזן די טעלעפאן אין אפיס און דאס וועט זיין נאר פאר געשעפטן, קען עס אזוי זיין; למעשה ביסטו אין שול פארנומען מיטן טעלעפאן, און וואו דו גייסט און וואו דו שטייסט ביסטו אויפן טעלעפאן, און יעצט אז דיין ווייב וויל זיך אויך שפילן מיט א טעלעפאן און קענען אוועק לויפן פון די מציאות וואס הייסט 'לעבן' - ווערסטו דערשראקן...


גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, וואס וועט זיין מיט מיר, איך בין אזוי איינגעטונקען אין נארישקייטן, א האלבע טאג אדער מער גייט מיר אוועק מיט די טעלעפאן, מיט נייעס און סתם שטותים, הייליגער באשעפער, אין די צייט וואלט איך געקענט לערנען און דאווענען, אין די צייט וואלט איך געקענט גיין הפצה, צוריק ברענגען מענטשן צו דיר.


רבונו של עולם, העלף מיר איך זאל פאלגן די הייליגע צדיקים וואס האבן געוויינט אויף די כלים וואס פארדארבן די היינטיגע וועלט און זיך געבעטן ביי אונז נישט צו האבן די זאכן, העלף מיר איך זאל זיך קענען אפטשעפען פון די זאכן, און נאר זיין פארנומען מיט דיך דינען".


גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט וויסן וואס איז אפיס, וואס איז ביזנעס און וואס איז שול, ווי אזוי מען פירט זיך אין שול; עס איז דאך אזוי נישט אויסגעהאלטן צו קומען אין שול מיט די טעלעפאן און קוקן נייעס, קוקן שטותים. גיי התבודדות, בעט דעם אייבערשטן זאלסט זוכה זיין צו ישוב הדעת, וויסן ווי צו צעטיילן די ביזנעס און די שטוב.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - פסח איז א צייט פון חינוך הילדים
חינוך הילדים, תכלית, פסח, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


פסח איז א צייט פון חינוך הילדים, אלעס פונעם ליל הסדר דרייט זיך ארום די קינדער, פסח איז א צייט וואס דער טאטע רעדט צו די קינדער פון אמונה.


עס שטייט פון צדיקים, ווי אזוי מען פראוועט דעם ליל הסדר – אזוי וועט זיין די גאנצע יאר, וויל איך דיר זייער בעטן דו זאלסט טוישן דיין מהלך המחשבה; ביז אהער טראכסטו אז דיינע געשעפטן זענען דאס וויכטיגסטע און די קינדער מאכן נערוועז, יעצט זאלסטו מאכן פארקערט, די קינדער זאלן זיין דאס וויכטיגסטע און זאלסט ווערן נערוועז פון דארפן גיין ארבעטן, זאלסט זיך פרייען ווען עס ווערט פינף אזייגער אז דו ביסט באפרייט פון די צייטווייליגע שטותים און דו קענסט אהיימגיין צו חיים נצחיים, אויפשטעלן דורות נאמנים לה' ולתורתו.


טייערער ברודער, דיינע קינדער, דיינע דורות – זאלן דיר זיין דאס חשוב'סטע זאך, ביסט שוין גענוג נאכגעלאפן די בהמות (עיין ספורי מעשיות, מעשה יא), יעצט פסח זאלסטו ווערן באפרייט און אנהויבן לעבן א זיסע ערליכע לעבן, מחנך זיין די קינדער צו תורה און צו מעשים טובים.


א פרייליכן כשר'ן יום טוב.

#4 - וואס טוט מען ווען די ווייב פארלירט זיך מיט נערוועזקייט?
חינוך הילדים, שלום בית, סבלנות, פסח, טערעפי, ביזנעס, התבודדות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת תזריע, ראש חודש ניסן, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר


איך ווייס דו גייסט אריבער מיט דיין ווייב, זי שרייט, זי פארלירט זיך זייער שנעל, זי ווערט זייער שנעל נערוועז און אלע קינדער ליידן און אויך דו, וויל איך דיר בעטן מיין ליבער ברודער זאלסט איר נישט וויי טון, זאלסט איר נישט טשעפען און נישט רופן מיט נעמען וואס די מטפלים (טעראפיסטן) געבן, נאר רחמנות האבן אויף איר און איר געבן אסאך גוטע ווערטער און אסאך ליבשאפט.


טענה'ען העלפט נישט, טענה'ען מיט א ווייב איז די גרעסטע נארישקייט, נישט נאר עס העלפט נישט, נאר עס מאכט קאליע, עס טוט איר צעברעכן און דערנידערן; די איינציגסטע וועג ווי אזוי מען קען פועל'ן – איז מיט גוטן, מיט גוטע ווערטער און מיט שיינע ווייכע דיבורים.


ווען זי שרייט אויף די קינדער, זי נוצט נישט גוטע ווערטער – זאלסטו נישט זיצן פון דער זייט און שמייכלען, נאר זאלסט איבערנעמען די קאמפ, זאלסט מיט חכמה זען אז די קינדער זאלן פאלגן ביז זי וועט שפירן זיכער, זי וועט שפירן אז זי איז נישט אליין, און שפעטער ווען אלעס בארואיגט זיך – זאלסטו שמועסן מיט איר ווי שווער עס איז פאר די קינדער ווען זיי הערן די שאנד ווערטער 'משוגע'נער', 'צעדרייטער', דאס נעמט זיי אוועק דאס זיכערקייט פון זייער לעבן, ביז זי וועט פארשטיין.


מיין ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער, זאג נישט פאר דיין ווייב די ווערטער וואס מטפלים נוצן, למשל, 'דו האסט די און די פראבלעם'; דאס טוט נישט אויף, דאס מאכט נאר א גרויסע חורבן, עס צעברעכט איר גייסט, און דאס מאכט נאר ערגער.


דיין ווייב איז וואויל און טייער, זי דארף נאר דיין שטארקקייט, זי דארף שפירן אז דו ביסט מיט איר, דו האלסט פון איר און דו שעצט איר.


עס נעמט צייט, עס גייט נישט אין איין מינוט, נאר נאך א שטיק צייט, ווען דו וועסט איר אמת'דיג ליב האבן, דו וועסט איר ליב האבן פאר איין סיבה, נאר ווייל דער אייבערשטער האט געזאגט ליב צו האבן א ווייב – וועט זי אויטאמאטיש ווערן רואיג, זי וועט מער נישט שרייען אויף דיר און אויף די קינדער.


מיין ליבער ברודער, איך האב דיר נישט פארנארט ביז אהער; ברוך ה' איך האב דיך נישט אפגענארט, נישט דיך און נישט קיינעם, און איך וועל דיך ווייטער נישט אפנארן, פאלג מיך וואס איך בעט דיר. מהיום והלאה זאלסטו זיין מיט דיין ווייב אויף איין בלאט, ווען זי ווערט נערוועז – זאלסטו אויך ווערן נערוועז (זיך מאכן), נישט בלייבן מיט א שמייכל, ווייל דאס מאכט נאך מער אויפגערעגט; צו זען ווי זאכן טוען זיך, קינדער פאלגן נישט און דער מאן זיצט אין דער זייט טויב, שטום, מיט א צינישער שמייכל; אזוי וועט זי ווערן אויס נערוועז און די קינדער וועלן נישט ליידן.


אויך זאלסטו געבן אסאך גוטע ווערטער פאר די קינדער; זאלסט זיי זאגן אסאך מאל 'דו ביסט דער בעסטער קינד', זאג פאר יעדן קינד פריוואט 'דו ביסט אזוי גוט, אזוי וואויל, און מען דארף פאלגן מאמי, און אז מאמי איז איבערגעשטרענגט, און דאס וואס זי שרייט און זידלט – דאס איז פון די שווערע ארבעט, אבער דו ביסט גוט און מאמי האט דיך זייער ליב, און טאטי האט דיך אויך זייער ליב'.


אויך זאלסטו גיין צום גרויסן מח דאקטער, גיי אינדערפרי א שפאציר און זאג פארן באשעפער: "הייליגער באשעפער, אתה חונן לאדם דעת, דו געבסט פאר יעדן איינעם פארשטאנד, בעט איך דיר, חננו מאתך, שענק מיר מיט דיין גרויס גענאדע שכל און פארשטאנד צו וויסן ווי אזוי אויפצובויען מיין ווייב, זי זאל נישט ווערן פארלוירן פון יעדע קלייניקייט", גיי א שפאציר מיטן אייבערשטן, בעט אים עס זאל זיין ביי דיר אין שטוב ליבשאפט, דו זאלסט זיין איינס מיט איר און חס ושלום מזלזל זיין אין די מתנה פון באשעפער.


ליבער ברודער, איך האב דיך זייער ליב, איך וויל נאר דיין גוטס. זיי קלוג, געב נישט אוועק דיינע טעג און יארן פאר די ביזנעס, קום אהיים פרי צו דיין משפחה, לייג זיי שלאפן, ליין קריאת שמע מיט דיינע קינדער. מען מאכט נישט מער געלט פון בלייבן ארבעטן יומם ולילה, מען בלייבט שפעטער אן גארנישט, ווייל די פאר יאר וואס מען קען לויפן און קומען, ארבעטן און טון – גייט אריבער, מען ווערט עלטער, און דעמאלט זעט מען ווי די וועלט נארט יעדן איינעם.


קום אהיים פרי, פארמאך דיין טעלעפאן, זיי מיט דיינע קינדער. נאכדעם זאלסטו זיך קובע זיין צייט צו לערנען און דאווענען, אזוי וועסטו איבערלאזן ליכטיגע דורות.


עס קומט דער יום טוב פסח, זמן חירותינו, א צייט פון ווערן פריי, דאס קען זיין נאר אז מען נעמט אריין אמונה, מען געבט זיך אונטער פארן אייבערשטן, מען ווייסט און מען גלייבט אז דער אייבערשטער פירט די וועלט, בכלליות ובפרטיות, יעדע זאך איז ער, נישטא קיין ריר וואס פאסירט בטעות, אלעס איז ער און ער איז אלעס, דעמאלט ווערט מען באפרייט, מען לעבט א חיים טובים, מען האט נישט קיין טענות אויף קיינעם, נישט די ווייב איז שולדיג, נישט די עלטערן, נישט דער און נישט יענער.


ביי די אומות העולם און ביי די מטפלים (טעראפיסטן) וואס נעמען זייער חכמה פון די אומות העולם, די ערשטע זאך ווען איינער ליידט זוכט מען וועם צו באשולדיגן, געווענליך ווען איינער קומט זיך אויסרעדן – וועט מען גלייך לייגן די שולד אויף די עלטערן, להבדיל אלף אלפי הבדלות ווען מען גייט מיט די אמונה, מיט די וועג פון תורה, ווען איינער קומט זיך אויסרעדן – דארף מען אים נאר צובינדן צום אייבערשטן, און אלעס ווערט גוט.


בינד זיך צו צום אייבערשטן און טו אלעס וואס שטייט אין דעם בריוו – וועסטו זען דו וועסט האבן א שיינע שלום בית, א רואיגע ווייב, מיט געזונטע קינדער.


א כשר'ן פרייליכן יום טוב.

#3 - חזר'ן די עברי מיט'ן קינד, מיט א גלעט און שמייכל
חינוך הילדים, פרנסה, עברי, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ויקהל, כ"ז אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


איך וויל דיר מחזק זיין זאלסט לערנען מיט דיין כיתה א' אינגל יעדן טאג די עברי וואס דער מלמד שיקט אהיים.


א רחמנות אויף די וואס געבן אוועק די קינדער פאר די ביזנעס, עס גייט אריבער אפאר יאר און מען האט גארנישט, נישט קיין ביזנעס און נישט קיין דורות, די קינדער דארפן נישט די עלטערן, זיי געדענקען גוט ווי אלע יארן זענען זיי גארנישט ווערד געווען, די עלטערן זענען געווען פארנומען מיט די ביזנעס.


איך בעט דיר בכל לשון של בקשה, געב אוועק צייט פאר דיין כיתה א' אינגל, חזר מיט אים די עברי וואס דער מלמד שיקט אהיים; נישט פארהער אים און שלאג אים, נאר חזר מיט אים; יעדע אות וואס ער זאגט גוט - געב אים א גלעט, א שמייכל.


אויך זאלסטו געבן א גוט ווארט פאר דעם מלמד פון דיין זון; וואלסטו געווען איין טאג מלמד - וואלסטו אנדערש געקוקט אויף די מלמדים, אפילו די עלטערן וואס באדאנקען זיך פאר די מלמדים און געבן גוטע ווערטער פאר די מלמדים - ווייסן נישט וואס א מלמד איז.


פרנסה דארף מען ברענגען, מען דארף ארבעטן, אבער פון דיין ביזנעס וועט נישט בלייבן, עס איז אויף כפרת עוונות, מען דארף ארבעטן פאר די זינד; פון דיינע קינדער וועט בלייבן דורות, און אז דו וועסט זיך אפגעבן מיט זיי - וועסטו זען שיינע דורות מיט אסאך נחת.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - די מלמדים און כולל אינגעלייט האבן די רואיגע לעבן
כולל, קנאה, ביזנעס, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת יתרו, שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס זאל איך דיר זאגן, וואלסטו געוויסט וואס טוט זיך אין די וועלט, ביי די עשירים, ביי די גבירים – ווי זיי קרעכצן מיט חובות, מיט גרויסע הלוואות, זיי האבן נישט קיין מנוחה, זייער גאנצע לעבן איז דאגות – וואלסטו זיך געפרייט אז דיין לעבן איז פול מיט גוטע זאכן; דו זיצט מיט תינוקות של בית רבן רוב טאג, דו לערנסט תורה און דו ביסט עוסק אין תיקון העולם.


פאריגע וואך בין איך געזיצן א מיטינג מיט גרויסע סוחרים, גרויסע ביזנעסלייט, זיי האבן מיר דערציילט וואס טוט זיך אפ אין עולם המסחר, ווי מען דרייט מיט גרויסע הלוואות, מיט ביטערע שרעקעדיגע פראצענטן, פרעג איך זיי: "זאגט מיר, אויב אלעס איז א גרויסע בלאף, א ליגנט, נו ווער האט יא די לעבן? ווער האט די מנוחה ושלוה?" זאגן זיי מיר, פה אחד: "די מלמדים און כולל אינגעלייט"; שבט לוי האט עס, שבט לוי – זיי לעבן די רואיגע לעבן מיט מנוחה ושלוה.


זיי קיינעם נישט מקנא, זיי מקנא נאר דעם ערליכן איד.

#1 - א גוטע ביזנעס דיל מיט מעכטיגע רווחים
פרנסה, לימוד התורה, ביזנעס

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


אויב דו האסט צייט צו רעדן, איך וויל מיט דיר עפעס דורכרעדן.


איך האב א גוטע ביזנעס דיל פאר דיר, א פלאץ וואו דו וועסט קענען מאכן מעכטיגע רווחים. דער דיל איז אויב דו וואלסט אריינגענומען ביי דיר אין די ביזנעס א אינגערמאן וואס זיצט אין לערנט, און אים געבן וועכנטליך א געהאלט.


דער דיל ארבעט אזוי, ער לערנט בהתמדה רבה, לכל הפחות צוועלף שעה א טאג, נישט איינער וואס הייסט ער לערנט, נאר א מתמיד, איינער וואס נוצט אויס די צייט, דו געבסט אים א געהאלט כאילו ער ארבעט פאר דיר, און וואס באקומסטו? דו באקומסט די שכר אויבן אין הימל פון זיין תורה.


דאס ווערט אנגערופן א יששכר זבולון געשעפט; זבולון האלט אויס יששכר, אזוי קען יששכר לערנען. אזוי פסק'נט דער רמ"א (יורה דעה סימן רמו, סעיף א): "וְיָכוֹל אָדָם לְהַתְנוֹת עִם חֲבֵרוֹ שֶׁהוּא יַעֲסוֹק בַּתּוֹרָה, וְהוּא יַמְצִיא לוֹ פַּרְנָסָה, וַיְּחַלֵּק עִמּוֹ הַשָּׂכָר", מען קען זיך אויסנעמען מיט א צווייטן אז יענער זאל לערנען און איך וועל יענעם אויסהאלטן, און מען טיילט זיך אויבן אין הימל מיט די שכר; ווייל אן זבולון איז נישטא קיין יששכר. אזוי ווי דער הייליגער זוהר הקדוש פרעגט (ויחי רמא:): "אַמַּאי אַקְדִּים בְּבִרְכָאן זְבוּלוּן לְיִשָּׂשכָר תָּדִיר", פארוואס רעכנט די תורה אויס זבולון פאר יששכר? "וְהָא יִשָּׂשכָר אִשְׁתַּדְּלוּתֵיהּ בְּאוֹרַיְיתָא", יששכר איז דאך דער וואס לערנט תורה, "וְאוֹרַיְיתָא אַקְדִּים בְּכָל אֲתַר", די תורה קומט פאר אלעס, "אַמַּאי אַקְדִּים לֵיהּ זְבוּלוּן בְּבִרְכָאן", פארוואס רעכנט מען ערשט אויס זבולון ביי די ברכות? "אֲבוֹי אַקְדִּים לֵיהּ", יעקב אבינו ביים בענטשן זיינע קינדער רעכנט אויס ערשט זבולון, "משֶׁה אַקְדִּים לֵיהּ", משה רבינו ווען ער האט געבענטשט די שבטים רעכנט ער אויס ערשט זבולון און נאכדעם יששכר, "אֶלָּא זְבוּלוּן זָכָה עַל דְּאֲפִיק פִּתָּא מִפּוּמֵיהּ, וְיָהַב לְפוּמֵיהּ דְּיִשָּׂשכָר", נאר זבולון האט ארויסגענומען ברויט פון זיין מויל און געגעבן פאר יששכר, "בְּגִינֵי כָּךְ אַקְדִּים לֵיהּ בְּבִרְכָאן", דעריבער האט ער זוכה געווען צו ווערן געבענטשט ערשט, "מֵהָכָא אוֹלִיפְנָא", פון דא זעען מיר, "מַאן דְּסָעִיד לְמָרֵיהּ דְּאוֹרַיְיתָא", ווער עס מאכט זאט מענטשן וואס לערנען תורה, "נָטִיל בִּרְכָאן מֵעֵילָא וְתַתָּא", ווערט געבענטשט אויבן און אונטן, "וְלָא עוֹד", נישט נאר דאס, "אֶלָּא דְזָכֵי לִתְרֵי פָּתוֹרֵי", נאר ער איז זוכה צו באקומען צוויי מאל שכר, "מַה דְּלָא זָכֵי בַּר נָשׁ אַחֲרָא", אנדערע מענטשן זענען נישט זוכה צו דעם, "זָכֵי לְעוּתְרָא דְיִתְבָּרַךְ בְּהַאי עַלְמָא", ער ווערט געבענטשט מיט א רייכקייט אויף די וועלט, "וְזָכֵי לְמֶהֱוֵי לֵיהּ חוּלָקָא בְּעַלְמָא דְאָתֵי", און ער ווערט געבענטשט מיט א רייכקייט אויף יענע וועלט, "הֲדָא הוּא דִכְתִיב", אזוי ווי עס שטייט, "זְבוּלוּן לְחוֹף יַמִּים יִשְׁכּוֹן, וְהוּא לְחוֹף אֳנִיּוֹת, כֵּיוָן דִּכְתִיב לְחוֹף יַמִּים, אַמַּאי וְהוּא לְחוֹף אֳנִיּוֹת", וואס איז די טאפלטער לשון? "אֶלָּא, לְחוֹף יַמִּים, בְּעַלְמָא דֵין", נאר איין לשון איז א ברכה אויף די וועלט, "לְחוֹף אֳנִיּוֹת, בְּעַלְמָא דְאָתֵי", די צווייטע לשון איז א ברכה פאר יענער וועלט, "כְּמָא דְאַתְּ אָמֵר, 'שָׁם אֳנִיּוֹת יְהַלֵּכוּן וְגו'', דְּתַמָּן הוּא נְגִידוּ דְעַלְמָא דְאָתֵי".


דאס וועט זיין א פריוואטע זאך צווישן דיר און יענער תלמיד חכם; דאס וועט זיין א גוטער געשעפט, נאר רווחים, כולו רווחים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.