בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ויקרא, ב' ניסן, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
איך בין אזוי פרייליך אז דו האסט אפגעלאזט דאס טרינקען ברוינפן און אויך דאס טרינקען וויין. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיג:), דער אייבערשטער האט ליב דער וואס טרינקט נישט און ווערט נישט שיכור; ווייל דורך טרינקען וויין און ברוינפן - פארגעסט מען פונעם אייבערשטן, מען פארגעסט פון די תורה.
יעצט אז דו האסט אפגעלאזט דאס טרינקען - וועסטו ארויסגיין פון דיינע חובות. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין ע.): "נעשה רש" דורך טרינקען וויין ווערט מען ארעם.
טייערער ברודער, גיי יעדן טאג א שפאציר און גיס זיך אויס דיין הארץ צום אייבערשטן, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן כה), דורך התבוודות קומט מען אן צו די העכסטע מדריגות.
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו (פסחים קטז:): "וְנֹאכַל שָׁם מִן הַזְּבָחִים וּמִן הַפְּסָחִים"; און צו (מיכה ז, טו): "כִּימֵי צֵאתְךָ מֵאֶרֶץ מִצְרָיִם אַרְאֶנּוּ נִפְלָאוֹת", אמן.