בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
די רחמנות פונעם אייבערשטן איז אין לשער, אפילו א מענטש זאל האבן געטון אסאך עבירות – נעמט דער אייבערשטער אן זיין תשובה.
חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ויקרא רבה כא, ה), אויב האסטו געטון חבילות עבירות, זאלסטו טון חבילות מצוות און דער אייבערשטער איז דיר מוחל.
איך האב געזען פון הייליגן סאטמער רבי'ן זכותו יגן עלינו (דברי יואל פרשת בראשית, עמוד פח), ער זאגט, די הייליגע חכמים זאגן (בראשית רבה יט, יב), ווען דער אייבערשטער האט פארגעהאלטן אדם הראשון אויף דעם וואס ער האט עובר געווען אויפן ציווי ה' יתברך און געגעסן פון די עץ הדעת, האט אדם הראשון געזאגט: "אכלתי, ואוכל עוד", איך האב געגעסן און איך וועל ווייטער עסן, פרעגט ער, ווי קען זיין אז אדם הראשון זאל ענטפערן אזוי, מיט גרויס חוצפה? זאגט ער, חס ושלום, פינקט פארקערט, אדם הראשון האט זיך מחזק געווען אויף תשובה, ווייל ווען מען זינדיגט מיט א געוויסע אבר איז די ריכטיגע תשובה צו טון מיט די אבר מצוות; אז מען איז פוגם מיט די אויגן זאל מען קוקן אין די הייליגע תורה מיט די אויגן, אז מען האט פוגם געווען מיט די הענט – זאל מען טון מצוות מיט די הענט, און אז מען האט פוגם געווען באכילה, מיט עסן – זאל מען עסן כשר'ס וכו'.
דאס האט אדם הראשון געזאגט, "אכלתי", איך האב געגעסן פון די עבירה, אבער איך קען תשובה טון, "ואוכל עוד", איך קען עסן נאך, איך קען פאררעכטן מיט כשר'ע עסן, אזוי ווי די פריער דערמאנטע חז"ל, האסט געטון חבילות עבירות, טו חבילות מצוות.
אשרינו אז מיר ווייסן פון א רבי וואס האט געשריגן: "געוואלד זייט אייך נישט מייאש, קיין ייאוש איז גארנישט פארהאנדן!"
גיי א טענצל יעדן טאג, אשרינו מה טוב חלקינו.