בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת שופטים, א' דראש חודש אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט איז ראש חודש אלול, מען בלאזט שוין שופר, עס כאפט א ציטער, מען גייט אונז שוין דן זיין. ביים רבי'ן איז אמאל געווען ראש חודש אלול א מעשה, דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (חיי מוהר"ן, סימן לט): "היינט האב איך זיך זייער דערשראקן ווען איך האב געהערט בלאזן שופר; שפעטער איז געקומען מיין טאכטער אדל און געזאגט: 'טאטע, היינט האב איך זיך זייער דערשראקן, איך האב תשובה געטון ווען איך האב געהערט בלאזן שופר'", און דער רבי האט דעמאלט מגלה געווען די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן קמא), אויף די ווערטער פונעם פסוק (דברים ל, ו): "אֶ'ת לְ'בָבְךָ וְ'אֶת לְ'בַב", וואס איז נוטריקון די ווארט "אלול"; ווען א מענטש איז זוכה און ער שפירט זיינע זינד, ער האט חרטה אויף אלעס וואס ער האט געטון - ווערט א גרויסע התעוררות ביי זיינע קינדער, אלע טוען תשובה, און נישט נאר די קינדער טוען תשובה, נאר אויך די קינדער וואס זענען נעבעך באשאפן געווארן פון פגם הברית, אלע טוען תשובה, עיין שם.
ביים שופר בלאזן זאלסטו זיך איבערדעקן מיטן טלית און האב אינזין די כוונות; תקיעה – "עָשָׂה הָאֱלֹקִים אֶת הָאָדָם יָשָׁר" (קהלת ז, כט), שברים - דורך עבירות האט מען עס צעבראכן, וואס איז די עצה? תרועה - זיך אויסוויינען פארן אייבערשטן, און תקיעה - עס ווערט צוריק גאנץ.
אויך זאלסטו יעצט לכבוד חודש אלול זיך באנייען אין לערנען יעדן טאג אכצן פרקים משניות, דאס טוט אויסוואשן די נשמה און עס טוט ארויסשלעפן דעם מענטש פון די נידריגסטע פלעצער. אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "שֶׁאֲפִילּוּ אוֹתָן הָאֲנָשִׁים הָרְחוֹקִים מִן הַקְּדֻשָּׁה מְאֹד, שֶׁנִּלְכְּדוּ בִּמְצוּדָה רָעָה, עַד שֶׁרְגִילִין בַּעֲבֵרוֹת חַס וְשָׁלוֹם רַחֲמָנָא לִצְלָן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן, און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אַף עַל פִּי כֵן, הַכֹּחַ שֶׁל הַתּוֹרָה גָּדוֹל כָּל כָּךְ, עַד שֶׁיְּכוֹלָה לְהוֹצִיא אוֹתָם מִן הָעֲבֵרוֹת שֶׁרְגִילִין בָּהֶם חַס וְשָׁלוֹם, וְאִם יַעֲשׂוּ לָהֶם חֹק קָבוּעַ וְחִיּוּב חָזָק לִלְמֹד בְּכָל יוֹם וָיוֹם כָּךְ וְכָךְ - יִהְיֶה אֵיךְ שֶׁיִּהְיֶה, בְּוַדַּאי יִזְכּוּ לָצֵאת מִמְּצוּדָתָם הָרָעָה עַל יְדֵי הַתּוֹרָה, כִּי כֹּחַ הַתּוֹרָה גָּדוֹל מְאֹד"; אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג כך וכך, וועט ער סוף כל סוף ארויסגיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס; מוהרא"ש האט מקובל פון אנשי שלומינו אז ווען די רבי האט געזאגט די שיחה האט ער געמיינט מיט דעם דאס לערנען אכצן פרקים משניות, און רבי נתן פארציילט (חיי מוהר"ן, סימן תקעג): "ווען דער רבי האט געזאגט דעם שיחה, האב איך געפרעגט דעם רבי'ן צי תורה קען העלפן אזא איינעם וואס איז אראפגעפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן? האט דער רבי געשריגן אויף מיר און געזאגט: 'דו ווייסט ווי גרויס דער כח פון תורה איז? תורה איז העכער פון אלעס'"; אפילו אז א מענטש ליגט נעבעך אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה רחמנא לצלן, אויב ער וועט לערנען יעדן טאג 'כך וכך' וועט ער ווערן אן ערליכער איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה.
א גוטן חודש.