בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת שמיני-ב, כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
הענט און פוס האבן מיר געציטערט ווען איך האב געליינט דיין בריוו.
עס איז נישט דא וואס צו ענטפערן; דו האסט איין ברירה: "תשובה!" תשובה מיינט אפהאקן אלע קשרים וואס דו האסט מיט פרעמדע פרויען און מיידלעך. אויב מען טוט תשובה איז דער אייבערשטער מוחל, דעם אייבערשטנס הענט איז אויסגעשטרעקט צו מקבל זיין בעלי תשובה.
וויסן זאלסטו אז אויב מען טוט נישט קיין תשובה באקומט מען זייער גרויסע עונשים; בפרט ווען מען זינדיגט אין ניאוף. ביי דעם איז דער אייבערשטער נישט מאריך אפו, אזוי ווי די הייליגע חכמים זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה כו, ה): "עַל הַכֹּל הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מַאֲרִיךְ אַפּוֹ, חוּץ מִן הַזְּנוּת", אויף אלע עבירות וואס א מענטש טוט ווארט דער אייבערשטער אז מען זאל תשובה טון, אבער ווען עס קומט צו ניאוף רחמנא לצלן דארט איז דער אייבערשטער נישט מאריך אף, נאר דער אייבערשטער באשטראפט דעם מענטש מיט א ביטערן עונש.
זאלסט נישט מיינען אז מען קען זיך באהאלטן מיט וכו' אין א קאר וכו' און דאס וועט בלייבן א סוד. דער אייבערשטער זאגט (איוב כד, טו): "וְעֵין נֹאֵף שָׁמְרָה נֶשֶׁף לֵאמֹר לֹא תְשׁוּרֵנִי עָיִן", די בעלי עבירות רעדן זיך איין און טראכטן ביי זיך: 'מיר וועלן ווארטן עס זאל ווערן נאכט דעמאלט וועלן מיר טון עבירות; מיר וועלן גיין אין באהאלטענע פלעצער אז קיינער זאל אונז נישט זען'. זאגן חכמינו זכרונם לברכה (במדבר רבה ט, א): "הַנּוֹאֵף אוֹמֵר אֵין בְּרִיָה יוֹדַעַת בִּי, לְפִי שֶׁכָּל מַעֲשָׂיו אֵינָן אֶלָּא בַּחשֶׁךְ", א מענטש מיינט טאקע אז ער קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, וואס טוט דער אייבערשטער? "וְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא מְפַרְסְמָן בָּעוֹלָם", דער אייבערשטער פארשעמט אים אויף דער גאנצע וועלט.
אז דו וועסט נישט תשובה טון וועל איך דיר פארטרייבן פון דא; דו האסט מיר שוין צוגעזאגט פאריאר אז דו גייסט שוין אלעס אפלאזן. א רחמנות אויף דיר, א רחמות אויף דיין ווייב און א רחמנות אויף דיינע קינדער.
מיין נישט אז מען קען זיך באהאלטן פונעם אייבערשטן, ווייל דער אייבערשטער זאגט (ירמיהו כג, כד): "אִם יִסָּתֵר אִישׁ בַּמִּסְתָּרִים וַאֲנִי לֹא אֶרְאֶנּוּ, נְאֻם ה'", ווי קען זיך א מענטש באהאלטן פון מיר? "הֲלוֹא אֶת הַשָּׁמַיִם וְאֶת הָאָרֶץ אֲנִי מָלֵא נְאֻם ה'", דער אייבערשטער איז דאך איבעראל.
די גרעסטע ליצנות איז נאך, דאס וואס דו שרייבסט אז דו ביסט מחזק פרעמדע וכו' מיטן רבי'ן; עס איז א ביטערער געלעכטער. אז דו וועסט תשובה טון וועל איך דיר מקרב זיין; איך ווארט צו הערן פון דיר אז דו האסט אלעס אפגעלאזט.