בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת תולדות, כ"ג מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר
אז דיין קאפ פליט דיר אוועק, דו קענסט זיך נישט קאנצעטרירן ביים לערנען וכו' – זאלסטו ביי ברכה התורה אינדערפרי זיך אויסוויינען ביי די תפילה פון 'והערב נא ה' אלקינו', זאג עס מיט כוונה און מיט הייסע טרערן.
אויך ביים דאווענען, ביי 'אהבת עולם' זאלסטו זיך בעטן ביים באשעפער: "אבינו אב הרחמן, המרחם, רחם נא עלינו, ותן בליבנו בינה להבין ולהשכיל", זאג עס מיט א ניגון, מיט הארץ, מיט טרערן, בעט זיך ביים אייבערשטן ער זאל דיר עפענען די קאפ דו זאלסט פארשטיין דאס לערנען, בעט זיך ביים אייבערשטן דו זאלסט זוכה זיין צו שפירן א טעם אין לערנען; נאר אזוי איז מען זוכה צו לערנען, צו פארשטיין לערנען און צו שפירן א זיסקייט אין לערנען.
אלע צדיקים און תלמידי חכמים האבן זיך געפלאגט אין אנהויב, אלע האבן אין אנהויב נישט געשפירט א געשמאק, און מיט תפילה און מיט עקשנות האבן זיי זוכה געווען צו פארשטיין דאס לערנען און צו שפירן א זיסקייט.
גיי יעדן טאג א שפאציר און בעט דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל פארשטיין לערנען, איך וויל ליב האבן און הנאה האבן פון לערנען", בעט און בעט, און לערן אפילו אן טעם, ביז די תורה וועט דיר ווייזן איר פנים.
איך האב דיך ליב, איך בעט פאר דיר.