בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איך הייב אן פונדאסניי
התחדשות

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב


דער עיקר דארף מען זיך האלטן אין איין מחדש זיין, פונדאסניי אנהייבן דינען דעם אייבערשטן. דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן סימן ה-ו), אז ביי אים איז שטענדיג אזוי געווען, ער האט זיך אלץ באנייט, און אויך אין זיינע יונגע יארן ווען ער האט אנגעהויבן דינען דעם אייבערשטן און ער האט געשפירט ווי ער איז אראפגעפאלן - האט ער זיך צוריק אויפגעהויבן און געזאגט: "איך הייב אן פונדאסניי", כאילו ער האט נאך קיינמאל נישט געטון די עבודה; "וְכֵן בְּכָל פַּעַם וּפַעַם, תָּמִיד הָיָה רָגִיל לְהַתְחִיל מֵחָדָשׁ", אזוי פלעגט דער רבי אלץ אנהייבן פונדאסניי, "וְהָיָה לוֹ כַּמָה הַתְחָלוֹת בְּיוֹם אֶחָד", אין איין טאג האט ער אפאר מאל נאכאמאל אנגעהויבן פון פריש, "שֶׁגַּם בְּיוֹם אֶחָד לִפְעָמִים נָפַל מֵעֲבוֹדָתוֹ וְהָיָה מַתְחִיל מֵחָדָשׁ וְכֵן כַּמָּה פְּעָמִים בְּיוֹם אֶחָד", אפילו אין איין טאג אליינס האט ער זיך שטענדיג באנייט; דאס איז די אידישע וועג, דאס איז די וועג ווי אזוי מען קען זוכה זיין צו ווערן אן ערליכער איד, א גרויסער צדיק.


דער עיקר זאלסטו אויפזוכן דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר; דער אייבערשטער טוט אזויפיל גוטס מיט יעדן מענטש, און אנשטאט קרעכצן און זיך אפרעדן אויף וואס עס פעלט - דארף מען עוסק זיין אין דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, ווייל ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן - אלץ מער ישועות קומט אויפן מענטש. מוהרנ"ת זאגט: "ווען א מענטש רעדט זיך אפ, זאגט מען אין הימל: 'קוקט אן דעם מענטש, מען געבט אים גוטס און ער רעדט זיך אפ, לאמיר אים ווייזן וואס מיינט שלעכט', אבער ווען א מענטש דאנקט דעם אייבערשטן, זאגט מען אין הימל: 'קוקט אן דעם מענטש, ער איז פרייליך און דאנקבאר, לאמיר אים ווייזן וואס מיינט גוט', און מען געבט אים אלע ישועות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.