בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - היינט איז אויך דא די 'אפר פרה'
התבודדות, שבת פרה

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת כי תשא, ט"ז אדר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... נרו יאיר


וויסן זאלסטו, היינט איז אויך דא די 'אפר פרה', דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן נה), וואס איז די סוד פון אפר פרה? די סוד איז תפילה, אזוי ווי עס שטייט (הושע יד, ג): "וּנְשַׁלְּמָה פָרִים שְׂפָתֵינוּ", דורך ניצן די ליפן נאר פאר תפילה, שאקלען די ליפן צום אייבערשטן - ווערט דאס גערעכנט כאילו מיר מאכן די 'פרה אדומה' און מען ווערט ריין פון אלע טומאות; און מיט תפילה וועט משיח אייננעמען די וועלט, און דאס וועט משיח אריינברענגען אין די וועלט, מען זאל רעדן און שמועסן מיטן אייבערשטן; משיח איז די זעלבע אותיות פון משיח אילמים, ווען משיח וועט קומען וועט ווערן אזא ליכטיגקייט אין די וועלט, מען וועט נאר זען דעם אייבערשטן און מען וועט מער נישט רעדן פון קיין שום זאך אויסער פונעם אייבערשטן, און אלע וועלן נאר עוסק זיין אין תפילה, אזוי ווי עס שטייט (צפניה ג, ט): "כִּי אָז אֶהְפֹּךְ אֶל עַמִּים שָׂפָה בְרוּרָה, לִקְרֹא כֻלָּם בְּשֵׁם ה'", אלע וועלן רעדן צום אייבערשטן; דערפאר זאלסטו זיך מאכן א קביעות פון דעם שבת וואס מיר ליינען פרשת פרה אדומה, צו גיין יעדן טאג אין א שטילע פלאץ וואו קיינער געפינט זיך נישט, און דארט זאלסטו זיך אויסגיסן דיין הארץ פארן אייבערשטן, שמועס אויס דיין הארץ אויף דיין שפראך וואס דו ביסט געוואוינט צו רעדן, דערצייל אים דיינע ווייטאג, ספעציעל די ווייטאג וואס דו האסט אז דו ווילסט זיין א צדיק און ווי דער יצר הרע ווארפט דיך אראפ אין די טומאה, בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין צו אים, און מיט די 'אפר פרה', דורך 'תפילה והתבודדות' - וועסטו ווערן ריין פון אלע טומאות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.