בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - איז היכל הקודש א פלאץ נאר פאר שוואכערע מענטשן?
היכל הקודש

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת קרח, כ"ז סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס דו פרעגסט, מענטשן זאגן דיר אז היכל הקודש אז זייער א גוטע פלאץ פאר שוואכערע מענטשן, עס איז נישט גוט פאר יעדן איינעם; דו שרייבסט, דו ווייסט אז דאס איז נישט ריכטיג, אבער דאך איז דאס דיר מבלבל, דו בעטסט חיזוק.


מוהרא"ש האט א נאמען געגעבן זיין ישיבה "היכל הקודש" אויף דעם וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן נט): מִי שֶׁמִּשְׁתַּדֵּל תָּמִיד לְקָרֵב בְּנֵי אָדָם לַעֲבוֹדַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ דער וואס ברענגט צוריק מענטשן צום אייבערשטן, צָרִיךְ לִשְׁמֹר אֶת עַצְמוֹ דארף זיך זייער אכטונג געבן, שֶׁלֹּא יִתְאַחֲזוּ בּוֹ הַקְּלִיפּוֹת וְהָרָע שֶׁל אֵלּוּ בְּנֵי אָדָם עס זאל זיך נישט אנכאפן אין אים דאס שלעכטס פון די אלע מענטשן וואס ער איז מקרב צום אייבערשטן, כִּי זֶה הָאִישׁ הַמִּשְׁתַּדֵּל לְקָרֵב וְלַעֲשוֹת נְפָשׁוֹת, בִּבְחִינַת 'וְאֶת הַנֶּפֶשׁ אֲשֶׁר עָשׂוּ בְחָרָן' ווייל דער מענטש וואס איז עוסק אין די הייליגע עבודה פון צוריקברענגען אידישע קינדער צום אייבערשטן, הוּא בּוֹנֶה בְּחִינַת 'הֵיכַל הַקֹּדֶשׁ' ער בויעט א היכל הקודש, אזוי ווי עס שטייט 'וְהַנּוֹתָר בִּירוּשָׁלַיִם קָדוֹשׁ יֵאָמֶר לוֹ' די אלע וואס וועלן איבערבלייבן אין ירושלים וועלן אנגערופן ווערן הייליג, הַיְנוּ זֶה שֶׁבְּנֵי אָדָם נִשְׁאָרִים דְּבוּקִים בְּיִרְאָה שְׁלֵמָה עַל יָדוֹ ווייל די אלע וואס בלייבן מיט זייער יראת שמים דורך אים, אַף עַל פִּי שֶׁיֵּשׁ כַּמָּה וְכַמָּה שֶׁנָּפְלוּ מִקְּדֻשָּׁתָם, אפילו נישט יעדער איינער בלייבט, אסאך פאלן צוריק, אַף עַל פִּי כֵן מֵאֵלּוּ שֶׁנִּשְׁאֲרוּ בְּיִרְאָה שָׁלֵם מיט דעם איז דאך אבער דא אסאך וואס בלייבן יא מיט יראת שמים, עַל יְדֵי זֶה 'קָדוֹשׁ יֵאָמֵר לוֹ' עיין שם.


היכל הקודש איז א פלאץ וואו מען לעבט מיט אמונה און יראת שמים, מען איז זיך מתבודד צום אייבערשטן, יעדער איינער לערנט און האט א רייץ צו ענדיגן כל התורה כולה, און מען איז מחזק מען זאל לעבן מיט שלום, בפרט בין איש לאשתו, דער לימוד לערנט מען אין היכל הקודש; דאס דארפן אלע לערנען, אפילו גרויסע צדיקים. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט אויפ'ן וועג קיין נאוועריטש (חיי מוהר"ן, סימן רנא): יֵשׁ לְאֵל יָדִי לְהַחֲזִיר כָּל הָעוֹלָם כֻּלּוֹ לְמוּטָב איך האב בכח צוריק צו ברענגען די גאנצע וועלט צום אייבערשטן, וְלֹא בִּלְבַד אֲנָשִׁים פְּשׁוּטִים נישט נאר פראסטע מענטשן, אֶלָּא אֲפִלּוּ צַדִּיקִים נאר אפילו צדיקים, וַאֲנָשִׁים גְּדוֹלִים און גרויסע לייט, אֲנִי יָכוֹל לְהַחֲזִירָם לְמוּטָב קען איך זיי אלע צוריקברענגען צום אייבערשטן, עיין שם.


אלע דארפן די חיזוק פון רבי'ן, אלע קענען נוצן חיזוק אויף תורה, תפילה און דרך ארץ; וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, ער מאכט זיך א חשבון 'וואס באקום איך ביי דעם רבי'ן? וואס באקום איך אין דעם חדר - היכל הקודש?' ער קוקט אין די האנט, וואס האב איך? און אז מען זעט אז מען באקומט אמונה, מען באקומט חיזוק פאר תפילה והתבודדות, מען באקומט חיזוק אויפ'ן סדר דרך הלימוד (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו) און אויף עבודת המידות וכו' וכו' - אזא איינעם גייט נישט אן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט, ער טוט וואס איז גוט פאר אים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.