בעזרת ה' יתברך
ערב שבת קודש לסדר כי תבוא לאומאן, ט"ו אלול, שנת תש"פ לפרט קטן
... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב
איך בעט דיר זייער, דערהאלט זיך מיט אלע דיינע כוחות, עס וועט אריבערגיין די שווערע צייט; פון הימל וויל מען זען ווי אזוי דו דערהאלסט זיך, ווי שטארק דו ביסט; מען וויל זען צו וועם דו וועסט זיך ווענדן בעת צרה.
דער רבי האט דערציילט, עס איז אמאל געווען א קעניג וואס האט איינגענומען זייער אסאך לענדער און ווען ער האט שוין אלעס איינגענומען און געוואלט אריין גיין אין פאלאץ האט ער זיך אויסגעדרייט און געזאגט פאר זיינע מיליטער לייט: "מען קען נישט אריין גיין אינעם פאלאץ ווייל עס איז דא א שפינען וועבאכטס (קורי עכביש)", האט דער רבי אויסגעפירט די מעשה: "איז דען דא א גרעסערע שטות פון דעם? האסט דאך אלעס איינגענומען, און וועגן א קליין ביסל שפינען וועבאכטס (קורי עכביש) געבט מען אויף?!"
איך האף אז דו וועסט זיין שטארק און זיך דערהאלטן מיט אמונה פשוטה אינעם אייבערשטן, דורכדעם וועסטו אלעס בייקומען; אמונה מאכט שטארק, אמונה געבט כח, אמונה געבט אומץ הלב צו קענען בייקומען אלע שוועריקייטן.
א פרייליכן שבת.
א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.