בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת אמור, ח' אייר, שנת תשע"ט לפרט קטן
מרת ... תחי'.
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
יישר כח פאר די שיינע ווערטער און גוטע גריסן; איך פריי זיך צו הערן אז איר האט הנאה געהאט פון די פרויען צוזאמקום און פון די שיעור, אזוי אויך אז איר האט הנאה צו הערן אויף קול ברסלב די שיעורים פאר מחנכות, ווי דאס קומט אייך צוניץ צו וויסן ווי אזוי צו מחנך זיין אייערע קינדער.
מען זעט אן אינטערעסאנטע זאך, ווען עס קומט וויי צו טון מענטשן, אריין זאגן, פארשעמען, וכו', דעמאלט טראכט מען נישט פאר דעם: 'ווער בין איך דען צו זאגן וכו'?' 'ווער בין איך בכלל וויי צו טון יענעם?' נאר מען זאגט, מען פארשעמט און מען טוט וויי מיטן גאנצן כח השם ישמרינו, ווידעראום ווען עס קומט זיך צו באדאנקען און שרייבן ווערטער פון דאנקבארקייט, דעמאלט טראכט דער מענטש: 'ווער בין איך דען?' 'ווער דארף מיר?'
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן שטענדיג מכיר טובה זיין פאר ווער עס העלפט אונז, זיך שטענדיג באדאנקען ווען מען באקומט א טובה פון א צווייטן, און זיכער מכיר זיין דאס גוטס וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז שטענדיג און אים דאנקען און לויבן דערויף, דורכדעם וועלן מיר זוכה זיין צו באקומען נאך און נאך גוטס.