בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת נצבים וילך, י"ז אלול, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
ביים דאווענען ראש השנה, ביי תפילת שחרית, הייבט דער בעל תפילה אן מיט א תנועה פון התעוררות און ליבשאפט, און ער שרייט אויס: "המלך", און די גאנצע עולם ענפטערט הויך: "המלך", ווייל יעצט ראש השנה טוט מען קעניגן דעם אייבערשטן אויף די גאנצע וועלט.
דערפאר, ווען דער בעל תפילה הייבט אן זינגען די הייליגע תנועה: "אה אה...", זאלסטו זיך איינוויקלען אינעם טלית און זיך גוט אויסוויינען צום אייבערשטן און ארייננעמען אין דיר אז "המלך", דער אייבערשטער איז דער קעניג, דער אייבערשטער פירט אלעס, ער טוט אלעס, ער מאכט אלעס, און דו זאלסט לעבן מיט דעם, אזוי וועסטו מער קיינמאל נישט אריינפאלן אין כעס, ווייל דאס וואס א מענטש פאלט אריין אין א כעס – דאס איז ווען ער פארגעסט פונעם אייבערשטן, ער פארגעסט אז די וועלט האט א בעל הבית, א קעניג און א פירער וואס פירט און טוט ווי אזוי ער וויל, און ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן פאלט מען אין די עקלדיגע עבירה פון כעס, מען רעגט זיך אויף די ווייב, מען שרייט אויף די ווייב, מען כעס'ט זיך אויף די קינדער, מען שרייט און מען שלאגט זיי השם ישמרינו.
על כן ליבער ברודער, א גאנץ ראש השנה זאלסטו נאר בעטן אויף דעם, אויף 'המלך', אז דו זאלסט זוכה זיין צו לעבן מיטן אייבערשטן, און ווען עס קומט צו די תפילה פון: "וְיֵדַע כָּל פָּעוּל כִּי אַתָּה פְּעַלְתּוֹ, וְיָבִין כָּל יְצוּר כִּי אַתָּה יְצַרְתּוֹ", זאלסטו זיך אפוואשן דיין פנים מיט טרערן און בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער – ווען? ווען? ווען וועל איך שוין זוכה זיין צו לעבן מיט די אמונה, און געדענקען 'ה' אֱלֹקֵי יִשְׂרָאֵל מֶלֶךְ וּמַלְכוּתוֹ בַּכֹּל מָשָׁלָה', אז קיינער קען מיר נישט געבן עשירות, און קיינער קען מיר נישט אוועק נעמען אפילו א פרוטה, נאר אלעס איז פונעם אייבערשטן"; און יעדעס מאל וואס דו זאגסט 'המלך' – זאלסטו זיך געבן א שטארקע בענק צום קעניג, און זיך פרייען אז מיר זענען פונעם הייליגן פאלק ישראל וואס מיר דינען דעם אייבערשטן.
א כתיבה וחתימה טובה.