בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת צו, ג' ניסן, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך בעט דיר זייער שטארק, אזוי ווי דו האסט מיר געהאלפן ביז אהער מיטן דרייוון פארן מוסד זאלסטו מיר ווייטער העלפן - ביז דו וועסט חתונה האבן. איך בעט פאר דיר יעדן איינציגן טאג, און איך פרוביר צו מאכן שידוכים פאר אלע מיינע תלמידים - בפרט פאר די וואס האבן א געפיל צו מיר. איז ביז דו טרעפסט דיין שידוך בלייב דא אין ישיבה מיר העלפן.
פרעג האברך היקר לי ... נרו יאיר וואס מוהרא"ש האט אים צוגעזאגט אויב ער וועט דרייוון דעם ברסלב'ער באס. איך האב אים געבעטן ער זאל פארציילן פאר מוהרא"ש אז ער דרייווט, ווייל דעמאלט איז געווען א צייט וואס אלע האבן געקוקט אויפן ברסלב'ער באס, אלע אויגן פלעגן נאכקוקן דעם ברסלב'ער באס, עס איז געווען נישט אזוי בא'טעמ'ט וכו'. און איך האב געוואלט ער זאל באקומען חיזוק פון מוהרא"ש, ווען ער האט עס דערציילט פאר מוהרא"ש האט אים מוהרא"ש מבטיח געווען אז ער וועט טרעפן א גוטע שידוך. געלויבט דעם אייבערשטן אז ער האט שיין חתונה געהאט און ער האט אויפגעשטעלט א שיינע שטוב.
איך בעט דיר, בלייב מיט מיר ביז דיין חתונה; נאך דיין חתונה זאלסטו מיר אויך העלפן, אבער דעמאלט וועסטו שוין דארפן גיין מאכן פרנסה וכו'. איז יעצט ווען דו האסט נאך נישט דעם עול הפרנסה בלייב'זשע דא אין ישיבה און העלף מיר ווייטער מיט וואס דו קענסט מיר העלפן, און בזכות דעם וואס דו העלפסט מיר אויפשטעלן די מוסדות - סיי די חדר און סיי די מיידל שולע וואס איז א פלאץ וואו מען ברענגט אויף קינדער מיט אמונה, אמונת חכמים און יראת שמים, וועסטו זוכה זיין צו עסן די שכר אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.
געדענק וואס דער רבי זאגט: "ארבעטן ארבעט מען פאר די עבירות און געלט געבט דער אייבערשטער". אז דו דארפסט געלט פאר יום טוב פאלג מוהרא"ש, גיי הפצה, אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז ווער עס וועט עוסק זיין אין הפצה וועט אייביג האבן געלט אין טאש.
נאכאמאל, איך דאנק דיר זייער פארן מיר העלפן. וויסן זאלסטו אז איך וויין פאר דיר און איך בעט דעם אייבערשטן פאר דיין שידוך; הלואי זאלסטו בעטן פאר דיין שידוך וויפיל איך בעט פאר דיר - בלי גוזמא. אבער ביז דיין שידוך וועט אנקומען העלף מיר; נישט אז איך וועל זיך נישט אן עצה געבן אן דיר, ווייל דער אייבערשטער וועט מיר נישט פארלאזן און איך וועל ווייטער האבן הצלחה, אבער שענער און בעסער וועט זיין אז עס וועט קומען דורך דיר.
געב אכטונג צו פארן רואיג און געלאסן; עס איז א גרויסע אחריות צו דרייוון א קאר בכלל און זיכער צו דרייוון קינדער.
זע צו געבן צדקה יעדעס מאל פארן פארן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות דרך, סימן ח): "כְּשֶׁתֵּלֵךְ בַּדֶּרֶךְ, תִּתֵּן קֹדֶם לִצְדָקָה", פאר מען גייט ארויס אויפן וועג זאל מען געבן צדקה; אויך זאלסטו זאגן תפילת הדרך פארן ארויס פארן. מען דארף בעטן דעם אייבערשטן פאר מען פארט ארויס אונטערוועגנס, און בפרט איינער וואס טראגט קינדער דארף נאך אסאך מער מתפלל זיין און אכטונג געבן אז אלעס זאל אריבער גיין בשלום.
איך ווארט צו הערן פון דיר וואס דו טראכסט צו טון, צי דו וועסט בלייבן העלפן די חדר און די סקול.
א פרייליכן פסח.