בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - העלפן ביי די מצה בעקעריי
מצה

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת יתרו, י"ז שבט, יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


ישעי' נרו יאיר


איך בין היינט געווען באזוכן אין אונזער "מצה בעקעריי", איך האב זייער הנאה געהאט צו זען ווי מען האט אנגעהויבן באקן מצות.


איך וויל דיר בעטן דו זאלסט מיר העלפן ביי די מצה בעקעריי, פרעג האברך נח הערש ווייס וואס דו קענסט העלפן; ווייל אנשי שלומינו קוקן זייער ארויס צו עסן מצות וואס איז געבאקן מיט קדושה וטהרה, דורך ברסלב'ע חסידים וואס רעדן איידל און זענען זיך מתבודד.


ליידער איז דא ביי חשוב'ע מצה בעקערייען וואו געפאלענע בחורים און געפאלענע גרושים וכו', וואס ביים ארבעטן מיט די הייליגע מצות רעדן זיי זייער שמוציג, נידריגע געמיינע ניבול פה. פינקט נעכטן זאגט מיר א אינגערמאן וואס האט נישט קיין ארבעט, ער פלעגט ארבעטן ביי א מצה בעקעריי פון א חשוב'ע קהילה, ער זאגט מיר אז ער האט נישט קיין ארבעט, ער זיצט אין שטוב, פרעג איך אים: "וואס גייסטו נישט ארבעטן ביי די מצות?" זאגט ער מיר אז ער האט געדארפט אנטלויפן פון דארט צוליב די שמוציגע געמיינע שמועסן, ער זאגט מיר עס איז מער געפערליך ווי מען קען טראכטן.


איך האף דו וועסט מיר העלפן ביי די מצות, מיר זאלן האבן הייליגע מצות, און ווען דו וועלגערסט, רעדלסט, שיבסט וכו' – זאלסטו נאר רעדן צום אייבערשטן און אים בעטן זאלסט זוכה זיין צו מאכן פון קנה חי"ת, מאכן ה"א, מאכן פון חמץ – מצה, נישט האבן שלעכטע מחשבות, פטור ווערן פון קנה דסטרא אחרא, געראטעוועט ווערן פון סטרא דמותא, נישט מחמיץ זיין די מוחין (לקוטי מוהר"ן חלק א סימן ה, אות ד).